אלעקסאנדער דער גרויסער
From Wikipedia, the free encyclopedia
אלעקסאנדער דער גרויסער אדער אלעקסאנדער מוקדון (גריכיש: Αλέξανδρος ο Μέγας אדער Μέγας Aλέξανδρος[1] מעגאס אלעקסאַנדראס; 20סטן יולי 356 - 10טן יוני 323 פאר דער היינטיקער עפאכע),[2][3] איז געווען א פארצײַטיקער גריך און[4][5] מלך פון מאקעדאן (336–323 פאר דער היינטיקער עפאכע). ער איז געווען איינער פֿון די געראטנסטע מיליטערישע קאמענדאנטן אין היסטאריע, און קיינער האט אים נישט געזיגט אין א שלאכט. בײַם טאג פֿון זײַן טויט, האט ער שוין אײַנגענומען רוב פֿון דער וועלט וואס די אוראלטע גריכן האבן געקענט.
געבורט |
20 יולי 356 לפנה״ס Q83958 |
---|---|
טויט |
10 יוני 323 לפנה״ס (אלט 32) בבל, Q13405524 |
קבורה ארט | אלעקסאנדריע |
אלעקסאנדער האט איבערגענומען די מלוכה פון מאקעדאן נאכן טויט פֿון זײַן פאטער פיליפ דער צווייטער פון מאקעדאן. פיליפ האט פאראייניגט[6] רוב פון די שטאָט-שטאַטן פונעם גריכישן קערנלאנד אונטער מאקעדאנישער העגעמאניע אין א פֿעדעראציע וואס האט געהייסן דעם קארינטישן בונד.[7] אלעקסאנדער האט באשטעטיגט די מאקעדאנישע הערשאפט ווען ער האט באהערשט אן אויפֿשטאנד פון דרומדיקע גריכישע שטאט-שטאַטן, און א קורצע אבער בלוטיגע אטאקע קעגן מאקעדאנ'ס צפונדיגע שכנים, אלעקסאנדער האט זיך ארויסגעלאזט צו מזרח קעגן דער אכעמענידער פערסישער אימפעריע, וואס ער האט באזיגט און אראפגעווארפֿן. זײַנע נצחונות איבער אנאטאליע, סיריע, פעניקיע, ארץ יהודה, עזה, מצרים, באקטריע, און מעסאפאטאמיע, האבן פארשפרייט די גרענעצן פֿון זײַן אימפעריע ביזן פונזשאב, אינדיע.
אין זיין יוגנט האט אלעקסאנדער געלערנט ביי אריסטו, ביז ער איז געווען אלט 16. נאך ווען מען האט דערהרגעט זיין פאטער פֿיליפ אין יאר 336 פאר דער ציווילער רעכענונג, איז אלעקסאנדער געווארן זיין פאטער׳ס ממלא מקום אויפן טראן, און ער האט גע׳ירשנט א שטארק קעניגרייך און א געניטע ארמיי. אלעקסאנדער האט באקומען די גענעראלשאפט פון גריכנלאנד און האט געניצט דעם אמט צו לאזן אין גאנג זיין פאטער׳ס גאנץ-העלענישן פראיעקט צו פירן די גריכן אין אייננעמען פערסיע. אין יאר 334 האט ער אינוואדירט די אכעמענידע אימפעריע (פערסישע אימפעריע) און האט אנגעהויבן א סעריע אקציעס וואס האט געדויערט צען יאר. נאכן איינעמען אנאטאליע, האט אלעקסאנדער צעבראכן די מאכט פון פערסיע אין עטלעכע מכריע׳דיקע קאמפן, ספעציעל מערקווירדיק די קאמפן פון איסוס און גאגאַמעלע. דערנאך האט ער אראפגעווארפן דעם פערסישן קעניג דאריוס דער דריטער און האט אינגאנצן איינגענומען די אכעמענידע אימפעריע. דעמאלסט האט זיין אימפעריע פארשפרייט פונעם אדריאטישן ים ביז צום טייך אינדוס.
אין יאר 326 פאר דער ציוולער רעכענונג האט ער אינוואדירט אינדיע., און האט געהאט א חשוב׳ן ניצחון ביים קאמף פון די הידאספעס. אלעקסאנדער איז געשטארבן אין בבל אין יאר 323 פאר דער ציווילער רעכענונג, די שטאט וואס האט ער געוואלט מאכן די הויפטשטאט פון זיין אימפעריע. אין די יארן נאך זיין טויט האט א סעריע ברידער-קריגן צוריסן זיין אימפעריע. מיט דער גרינדונג פון עטלעכע מדינות געהערשט דורך די דיאדאכן, די גענעראלן און יורשים וואס האבן איבערגעלעבט אלעקסאנדער.
ער האט געגרינדעט עטלעכע צוואנציג שטעט מיט זיין נאמען; די בעסט באקאנט פון זיי איז אלעקסאנדריע אין עגיפטן. מיט זיינע זידלונגען פון גריכישע קאלאניסטן און די פארשפרייטונג פון גריכישער קולטור איז פון דעם געווארן א נייע העלעניסטישע ציוויליזאציע, טיילן פון וואס מען האט נאך געקענט דערקענען אין דער ביזאנטישער אימפעריע אין דעם 15טן יארהונדערט און גריכיש רעדער אין צענטראל און מזרח אנאטאליע ביז די 1920ער יארן. זייט זיינע צייטן מעסטן זיך מיליטערישע פירער קעגן אים, און מיליטערישע אקאדעמיעס איבער דער גארער וועלט לערנען אויס זיין טאקטיק. ער וועט אפט גערעכנט צווישן די מערסט איינפלוסע מענטשן אין דער היסטאריע.