פאשקעוויל
א צעטל אן א חתימה / From Wikipedia, the free encyclopedia
פּאַשקעוויל אדער פּאַשקוויל אדער פאַסקוויל מיינט דערשיינלעכע צעטליך מיט פאַלשע אדער אמת'ע לשון הרע געצילט צו באשמוצן און פארשעמען איינעם, און עס האט נישט קיין חתימה.
פאשקעוויל רופט מען אין לשון הקודש מיט א מליצה "פתק אויל", דאס טייטש א נאריש צעטל.
א פאַשקעוויל איז א פאַרלוימדונג אָדער שפאָט-שריפט, געשריבן מיט אַ ציל צו פאַרלוימדן אָדער באַשמוצן די ערע פון אַ געוויסן פערזאָן.
דאָס שפאָט-שריפט פאַשקעוויל, געשריבן אין אַ וויציגער אויסשטעל, קען פיל מאָל טראָגן אַ בילדליכע רעפרעזענטאַציע.
"פאַסקווילאנט" (אין היימיש אידיש: "פאַשקווילאנט") ווערט גערופן דער פארפאַסער און אַרויסגעבער פון אַזאַ סאָרט צייטשריפט, וואָס איז, געווענדליך, פובליצירט אנאָנים אדער מיט א פסעוודאָנים.
אין די ערשטע צייטן פון די מאָדערענע וועלט, ווען דער באַגריף "פליגבלאַט" און "פלוג-שריפט" האָט נאָך נישט עקזיסטירט, זענען דאָס אויך באצייכנט געווארן אלס "פאַשקוויל", צוליב וואס די רעפרעזענטאַציע פון די אויסגאַבן זענען געווען אויסגעשטעלט צו בעאיינפלוסן די מאַסן.