מעלות תרשיחא
From Wikipedia, the free encyclopedia
מעלות-תרשיחאַ (אַראַביש: معالوت ترشيحا) איז אַ שטאָט אין צפון דיסטריקט, ישראל. זי איז דערקלערט געווארן אַ שטאָט אין 1996. די שטאָט ליגט אין דעם מערב גליל וועגן 600 פֿיס העכער ים שטאַפּל. דער קראַנטער בירגערמייסטער איז שלמה באָהבאָט, וואס דינט אין דעם אמט זינט יאָר 1976.
|
די שטאט איז א געמישטע, תרשיחא איז א שטאט מיט אראבער, צען א האלב פראצענט קריסטן, און צען פראצענט מוסלמענער, און איין פראצענט דרוזן. פון די איבריקע אכציק פראצענט, זיבן און זעכציק פראצענט יידן, און די איבריקע "אנדערע" (אסאך פון די אלטע ראטן פארבאנד לענדער, זענען נישט קיין יידן, און געהערן נישט אן צו קיין איינע פון די רעליגיעס).
לויט די צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק, האט מעלות 21,500 איינוווינער, ריכטיק פאר סעפטעמבער 2009.
די שטאט געפונט זיך אין מערב גליל, און די הויכקייט פון שטאט איז בערך 600 מעטער, העכערן ים פלאך. שאסיי 89, פון צפת-נהריה, פארט אריבער נאנט צו די שטאט, און צוטיילט צווישן מעלות און תרשיחא.