ניו יארק
From Wikipedia, the free encyclopedia
דער ניו־יאָרק שטאַט (ענגליש: New York) איז איינער פון די פופציק שטאטן אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע. ער איז א חלק פון דעם מיטל־אַטלאַנטישן אָפּטייל. זיין הויפטשטאט איז אלבאני. ניו יארק איז דער דריטער מערסט באפעלקערטער שטאַט אין די פאראייניקטע שטאטן. ניו יארק גרענעצט ניו דזשערסי און פענסילוועניע צו דרום, און קאנעטיקעט, מאסאטשוסעטס און ווערמאנט צו מזרח. ניו יארק האט אויך אן אינטערנאציאלן גרענעץ מיט די קאנאדישע פראווינצן אנטעריא צו מערב און קוויבעק צו צפון.
- דער ארטיקל דיסקוטירט דעם שטאַט ניו יאָרק פון די פאַראייניקטע שטאַטן. טאמער זוכט איר די שטאָט ניו יאָרק, זעט ניו יארק סיטי.
די הויפטשטאט פונעם שטאַט איז אלבאני. אנדערע וויכטיגע שטעט זענען ניו יארק סיטי, באפאלא, ראטשעסטער, יאנקערס אין סיראקוז.
דער היינטיגער גובערנאטאר פון ניו יארק איז ענדרו קוואמא.