עליזאבעט די צווייטע
From Wikipedia, the free encyclopedia
עליזאבעט די צווייטע (עליזאבעט אלעקסאנדרא מערי; ענגליש: Elizabeth Alexandra Mary; 21סטן אפריל, 1926–8טן סעפטעמבער, 2022) איז געווען די קעניגין פון זעכצן אומאפהענגיקע לענדער פון דער קאמאנוועלט: דאס פאראייניגטע קעניגרייך און 14 אנדערע לענדער. זי איז דער אפיציעלער הויפט פון דער קאמאנוועלט, אן ארגאניזאציע מיט 54 מיטגליד לענדער.
גיכע פאקטן געבורט, טויט ...
געבורט |
21 אפריל 1926 פאראייניגטע קעניגרייך | ||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
טויט |
8 סעפטעמבער 2022 (אלט 96) פאראייניגטע קעניגרייך | ||||||||
מדינה | פאראייניגטע קעניגרייך | ||||||||
באשעפטיגונג | מאנארך | ||||||||
מאן | פרינץ פיליפ, הערצאג פון עדינבורג (1947–2021) | ||||||||
ווינדזאר הויז דינאסטיע | |||||||||
| |||||||||
| |||||||||
חתימה | |||||||||
פארמאכן
אין 1947, האט עליזאבעט געהייראט פרינץ פיליפ, הערצאג פון עדינבורג. זיי האבן פיר קינדער: קעניג טשארלס, אן, אנדרו, און עדווארד.
זי איז געווארן קעניגין אין 1952 מיטן טויט פון איר פאטער, געארג דער זעקסטער. אין 2012 האט זי געהאט געדינט אלס קעניגין 60 יאר, און מען האט געהאלטן צערעמאניעס פאר איר דיאמאנטן יובל.
זי איז געשטארבן אום 8טן סעפטעמבער 2022 אין באלמאראל שלאס, סקאטלאנד, און האט געקיניגט העכער 70 יאר.