קענזעס
From Wikipedia, the free encyclopedia
קענזעס (ענגליש: Kansas) איז איינע פון די פופציג שטאטן פון די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע. עס געפינט זיך אין חלק פון צפון-מעריב וואס הייסט וועסט נארד צענטראל. זיין הויפטשטאט איז טאפעקע.
אזוי ווי אנדער שטאטן אין דעם שטח פון אמעריקע, איז קענזעס א גרויסער פראדוצירער פון ווייץ און אנדערע תבואות, און פראדוצירט א פינפטל פון גאר די ווייץ וואס וואקסט אין די פאראייניקטע שטאטן.[1] אחוץ ווייץ פראדוצירט קענזעס גרויסע קוואנטיטען פון סארגע, זומער קארטאפל און זונרויזן,[2] אנדערע אינדוסטריעס אין קענזעס זענען אוויאציע און קאמוניקאציעס.