From Wikipedia, the free encyclopedia
אחיה השילוני איז געוועזן א נביא, געוווינט אין שילה. ער האט נבואה געזאגט צו ירבעם בן נבט אז גאט וועט צעטיילן די שבטים אויף צווייען: ישראלס קעניגרייך און יהודהס קעניגרייך (זעט מלכים א' י"א) די וויסנשאפטלעכע טענהען אז אחיה וואס האט אויך געשטאמט פון שבט אפרים (זעלבסט ווי ירבעם) האט צוגעשטופט ירבעמען צו זיך שטעלן קעגן שלמה המלךס קעניגרייך פון וועגן די הויכע שטייער.
פאך | נביא |
---|---|
אין גמרא (בבא בתרא קכ"א:) שטייט אז ער האט געלעבט 600 יאר. און איז געוועזן פון די זיבן צדיקים וואס האבן ארומגענומען די גאנצע וועלט און האט געזעהן עמרם דער טאטע פון משה רבינו. אויך שטייט אז אליהו הנביא איז געווען זיינער אַ תלמיד.
אין ספר תולדות יעקב יוסף ווערט געבראכט אז אחיה השילוני האט זיך אנטפלעקט צום בעל שם טוב און געלערנט מיט אים חכמת הקבלה.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.