אייזאַמבאַרד קינגדאם ברונעל (ענגליש: Isambard Kingdom Brunel; 9טן אפריל 1806 – 15טן סעפטעמבער 1859) איז געווען אן ענגלישער אינזשעניר. ער איז געבוירן געווארן אין פארטסי, פארטסמוט. ער האט געשאפן די גרויס-מערבדיקע באן און האט געבויט פיל דאמפשיפן, בריקן און טונעלן. זיין ארבעט האט רעוואלוציאנירט פובליקן טראנספארט און מאדערנע אינזשעניריע.

גיכע פאקטן געבורט, טויט ...
אייזאמבארד קינגדאם ברונעל
Isambard Kingdom Brunel
Thumb
געבורט 9 אפריל 1806
פארטסמוט, פאראייניגטע קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און אירלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 15 סעפטעמבער 1859 (אלט 53)
לאנדאן, פאראייניגטע קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און אירלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניגטע קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און אירלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פרסים קאלעגע פון דער קעניגלעכער געזעלשאפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט Thumb רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
פארמאכן

במשך זיין קאריערע האט ברונעל דערגרייכט א סך "ערשטע". ער האט געהאלפֿן בויען דעם ערשטן טונעל אונטער א גרויסן טייך. ער האט געפלאנעוועט די SS Great Britain, די ערשטע פראפעלער-געפֿירט אייזערנע שיף צו פארן אויף אקעאנען, וואס איז דעמאלסט (1843) געווען די גרעסטע שיף געבויט.[1][2] ער איז געווען דער ערשטער פלאנעווער פונעם קליפטאן הענג־בריק. די בריק האט געהאט א קאמפליצירטע היסטאריע; זי איז א לאנגע בריק גאר הויך איבערן טייך אוואן. ברונעל איז געשטארבן איידער מ׳האט געקאנטשעט די בריק, און אויך פאר דער ערשטער רייזע פון זיין שיף די SS גרויס־איסטערן.

רעפערענצן

Wikiwand in your browser!

Seamless Wikipedia browsing. On steroids.

Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.

Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.