From Wikipedia, the free encyclopedia
בית מדרש גבוה איז א בארימטע ישיבה אין לייקוואד, ניו דזשערסי, געגרינדער אין ה'תש"ג דורך הרב אהרן קאטלער.
אינפֿארמאציע | |
---|---|
שטאט | לייקוווד |
גרינדונג דאטע | 1943 |
גרינדער | אהרן קאטלער |
קאארדינאטן | 40°05′44″N 74°13′19″W |
די ישיבה איז די גרעסטע אין די פאראייניגטע שטאטן, און אפשר אפילו אין דער וועלט. די ישיבה שטעלט צו א דארמעטארי מיט עסן, און אלץ מיט אן אויסערגעווענליכן סדר. די אדמיניסטראציע האט א פונקטליכן (ביז 98% פונקטליך) חשבון אויף יעדן בחור וואו ער שלאפט, און אויף וועלכן פון איבער 4000 זיצן אין איבער 8 בתי מדרשים ער זיצט.
דער קאמפוס איז כולל פיר געביידעס מיט אכט בתי מדרשים און פיל וואוינזאלן.
די גרינדער פון דער ישיבה איז געווען רבי אהרן קאטלער. ער האט דאס געגרינדעט אין יאר תש"ד.
זינט איר גרינדונג זענען געווען עטליכע ראשי ישיבות.
די פיר ראש ישיבות פון היינט זענען:
די פיר ראשי ישיבה טיילן זיך איין אין די פאלגענדע וועגן
די ישיבה ווערט געפירט דורך ר' שרגא קאטלער און בעיקר דורך אהרן קאטלער, ביידע ברידער פון ר' מלכיאל.
עס איז נישט דא קיין ספעציעלע השגחה אויף די בחורים אין ישיבה, אבער אזוי ווי אין אלע ליטווישע ישיבות איז דא איינער א געלונגענע בעל מוסר מיט געוואלדיגע טעלאנט וואס ער איז דער משגיח, זיין עיקר אויפגאבע איז צו געבן ווארימע דרשות, ערלעדיגן פראבלעמען ווי שלום בית, און העלפן די בחורים און אינגעלייט שטייגען אין תורה. אויך איז דא דריי קלענערע משגיחים וואס זיי טוען די ארבעט פון האלטן א אויג אויף די בחורים.
דער משגיח ביז יאר תשנ"ח איז געווען ר' נתן וואכטפויגל זצ"ל. היינט איז דער משגיח רבי מתתיהו סאלאמאן שליט"א, וואס איז באוואוסט מיט זיינע פייערדיגע דרשות.
עס זענען אויך דא דריי אונטער־משגיחים
כדי צו ווערן אנגענומען אין בית מדרש גבוה, דארף מען אויספילן אן אפליקאציע וואס קאסט $100 די אפליקאציע קען מען אריינשיקן ביז ז' אלול פאר דעם ווינטער זמן, און ז' אדר פאר דעם זומער זמן (אלול זמן נעמט מען נישט אן קיין נייע בחורים). דערנאך ווערט די אפליקאציע אדורך געקוקט דורך ר' יעקב פאללאק און ער גיבט דעם ערשטן יא אויף צו גיין צו פארהער.
עס זענען דא א פאר טיילן צו די פארהער
ר' ישראל טעפלין
דערנאך דארף מען א דורך גיין די רעגיסטראציע פרעצעדור, וואס דאס מיינט איז אויסארבייטן א פרייז פאר שכר לימוד, אונטער שרייבן די תקנות, און נאך אזעלכע מינדערוויכטיגע פאפיר ארבייט.
נאכדעם וואס מען איז שוין אלעס אריבער פאנגט זיך אן דאס מסדר זיין דאס עצם זיין אין ישיבה, ווען מען קומט אן איז גלייך די ערשטע טאג טומעל טאג, דאן איז מען זיך מסדר א חברותא, אויך זיצן אין די אפיס 2 אינגעלייט וואס זענען געשטעלט אויף מסדר צי זיין די בעטן אין די שלאף צימערן. זיי האבן א 100% פונקטליכע ליסטע פון ווער עס שלאפט אין וועלכע צימער און וויפול בעטן עס איז דא אין צימער. די ליסטע ווערט איבערגעארבייט יעדע ענדע זמן, די איינגעשטעלטע גייען ארום צו אלע צימערן מיט א ליסטע פון אנפאנג זמן, און א ליסטע פון אלע חתנים, זיי פרעגן אדער ווערן זיי געוואיר יעדען חתן ווען ער האט חתונה, און דורך דעם ענטפער ווייסען זיי אויב זיין בעט איז פארנומען דעם קומענדיגען זמן אדער נישט. אויך מאכן זיי זיכער אויב איינער האט געטוישט צימערן אינמיטען זמן. אפיציעל ווען/אויב מען טוישט צימערן מוז מען לאזן וויסען אין אפיס.
עס זענען דא לימודים אין יעדע מקצוע באזונדער, אבער אלעס איז איינגעטיילט אלס אדער א טייל פון סדר הישיבה, אדער אלס טייל פון די חבורות.
יעדע וואך זאגט אן אנדער ראש ישיבה א שיעור כללי אויף סדר הישיבה אין אן אנדער בית מדרש. אויך דארף יעדער ראש חבורה זען דערצו אז עס איז דא א שיעור (מען רופט דאס א ״חבורה״) כאטש איין מאל א וואך.
כדי צו באקומען א זיץ אין א בית מדרש דארף מען געהערן צו א חבורה.
א חבורה איז א צאל בחורים מיט/אדער אינגעלייט וואס נעמען זיך צוזאם אין א גרופע. זיי נעמען אויף א ראש חבורה וואס ער מאכט זיכער אז אלעס זאל קלאפן. אויך לערנען זיי אלע די זעלבע זאך אויף דעם זעלבן דרך הלימוד.
דורך טומעלט טאג זוכט יעדער אויף אויפן צעטל אין וועלכע חבורה ער וויל זיין און שרייבט זיך איין מיט זיין חברותא ביים ראש חבורה. דער ראש חבורה גיבט דאס נאכדעם אריין פאר דער וואס איז איינגעשטעלט אויף דעם און זיי מאכן זיכער אז לויט וויפיל נעמען דער ראש חבורה האט געגעבן אזויפיל זיצן באקומט די חבורה.
עס זענען דא א ספעציעלע פלעצער וואס רופט זיך בודדים, וואס מיינט אז מען לערנעט דארט אן א חבורה.
בערך דעם דריטן טאג אין אנהייב פון א נייעם זמן, הענגט א צעטל אין יעדן בית מדרש מיט א מאפע פון אלע זיצן אין בית מדרש מיט קאלירטע זיצן, יעדע קאליר פאר אן אנדער חבורה.
בערך די צווייטע וואך איז זמן (מיטן אויסנאם פון אלול זמן), לייגט מען ביי יעדן זיץ א קארטל וואס דער וואס זיצט דארט דארף אויספילן, איין קארטל פאר יעדן סדר. די קארטלעך האבן שוין אויף זיך פון פריער ארויפגעדרוקט די נומער פון דעם זיץ. מען דארף אויספילן
בערך צוויי וואכן נאכדעם ווערט אויפגעהאנגען א ליסטע אין יעדן בית מדרש וואס גייט אין סדר פון אלף בית פון די נעמען וואס נאך דעם נאמען איז דא א 6 ציפער קאד וואס ווייזט וואו מען זיצט—די ערשטע צווי ציפערן ווייזן די געביידע, די צווייטע צוויי די רייע, און די לעצטע צוויי דעם זיץ.
דער טאג אין ישיבה איז איינגעטיילט אין א פאר סדרים אלעס מיט א זייגער
די ישיבה פארמאגט פילע געביידעס אין לעיקוואד.
דאס איז אן אלטע געביידע אויף 617 6טע גאס, דארט זענען אלע ביוראען פון דער ישיבה.
דער אלטער בית מדרש וואו ר' אהרן זצ"ל האט נאך געלערנט איז אויף דער 7טער גאס, פון אונטן פון דער אינטערנאט געביידע. ביי די אלטע ישיבה לייט הייסט דאס דער חשובסטער בית מדרש. אין דעם בית מדרש לערנט מען סדר הישיבה. אויך איז דא אין דער דאזיקער געביידע:
די עס זאל איז אויף 6TH STREET צו מערב פון דעם אינטערנאט. דאס איז א הערליך נייע געביידע וואס מען האט געלייגט די גרונד שטיין אין יאר תשנ"ט און איז פארטיג געווארן אין יאר תשס"ב. עס האט אין זיך
די געביידע איז באהאפטן צו די אלטע בית מדרש. סיי אויפן ערשטן שטאק און סיי אויפן צווייטן שטאק. די געביידע האט אויך אויפן ערשטן שטאק צוויי גרויסע בתי מדרשים, אין איינס לערנט מען סדר הישיבה און אין די צווייטע נישט.
דאס איז א בית מדרש אויף די מערב האלב פון ערשטן שטאק פון עס זאל געביידע.
דאס איז א בית מדרש אויף די מזרח האלב פון די עס זאל געביידע.
די געביידע איז געבויט פון קאראוואנען, אויף 7TH STREET א קעגען איבער די אלטע בית מדרש, דאס איז דער גרעסטער בית מדרש ווי מען לערנט נישט סדר הישיבה. עס האט אויך א קליין בית מדרש פון אונטען.
דאס איז א הערליך ניי איבער געבויט בנין וואס איז אויך באוואוסט אלס שמחה רום, דאס איז אויף 9TH STREET צווישען MADISON AVE און CLIFTON AVE. אין די בית מדרש לערנט מען נאר סדר הישיבה.
דאס איז די עלסטע דארמעטארי געביידע, עס איז אויך אויף 6TH STREET אביסעל צו מערב פון די ליג'יאן געביידע, עס האט 3 שטאק מיט בערך 15 צימערן צו א שטאק, מיט בערך 5 בעטן צו א צימער, די בית הכסא מיט וואש צימער זענען אינמיטן פון יעדע שטאק.
דאס איז אמאל געווען א האטעל וואס האט געהייסן אזוי, אויף 9TH STREET צו מזרח פון בית שלום. היינט איז דאס היינט אן אינטערנאט, עס האט דריי שטאק מיט א קעלער, אויף יעדע שטאק איז דא בערך 25 צימערן, יעדע צימער האט בערך 4-5 בעטן, יעדע צימער אויף די 3 שטאק האט אויך א בית הכסא מיט א טוש. אין די קעלער איז דא נאך צימערן אבער די בית הכסא איז אינדרויסן, אויך האט די קעלער א וואש צימער צו וואשן וועש.
דאס האט אמאל גיהערט צו א משוגעים אנשטאלט דערפאר רופט מען דאס אזוי, דאס איז אויך א דארמעטארי געביידע אויף 8TH STREET און CLIFTON AVE.
עס זענען דא 3 זמנים אין ישיבה:
קיין איין באשרייבונג וועגן בית מדרש גבוה איז קיין באשרייבונג אויב עס האט נישט אין זיך טומעלט טאג. דאס קומט פאר דעם ערשטן טאג אין דעם זמן, די זיבעטע גאס ווערט פארוואנדעלט אין א מארק ווי מען האנדלט זיך איין א חברותא מיט/אדער א חבורה. עס טומעלט זיך אין גרויסן עס פון די אינטערעסאנטסטע זאכן צו זען פאר איינער וואס האט דאס נאך נישט געזען. יעדער וואס זוכט א חברותא קען באקומען איינס ביי טומעל טאג.
עס איז דא א תקנה אין ישיבה אז ווען א בחור ווערט אנגענומען טאר ער נישט טאן א שידוך ביז פיר מאנאטן אין זמן, צו זיין מער פונקטליך ביז ט"ו בשבט פאר די ווינטער זמן, און ר"ח תמוז פאר דעם זומער זמן. אין די פיר חדשים ווערט דאס אנגערופען אז מען איז נאך אין די פריזער ווייל מען איז פארפרוירן ווען עס קומט צו שידוכים. די אויסנאם איז אז ווען מען ווערט אנגענומען אין ישיבה גיט מען אריין דעם נאמען פון וועמען מען האנדלט שוין אינמיטן א שידוך, אין אזא פאל אויב ווערט מען א חתן צו א מיידל מיט דעם נאמען, הייסט דאס אז מען האט נישט עובר געווען אויף דער תקנה.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.