ברוקלין בריק
From Wikipedia, the free encyclopedia
די ברוקלין בריק איז איינע פון די עלטסטע הענג-בריקן אין אמעריקע. זי ציט זיך 1,595 פיס העכערן איסט ריווער באהעפנדיג די צוויי ניו יארק סיטי באראס ברוקלין און מאנהעטן. ווען מען האט עס געענדיגט אויפצובויען איז עס געווען די גרעסטע הענג-בריק אין די וועלט און דער ערשטער אייזן שטריק בריק. די טורעמס וואס דער בריק האלט זיך אויף זענען במשך פון עטליכע יאר געווען די העכסטע געביידעס אין צפון און דרום אמעריקע. אין 1964 האט מען עס באשטימט אלס נאציאנאלע היסטארישע לאנדמארק.