דרום אפריקע
From Wikipedia, the free encyclopedia
דרום אַפֿריקע, אפיציעל די רעפובליק פון דרום אפריקע (אַפֿריקאַנס: Republiek van Suid-Afrika, ענגליש: Republic of South Africa, זולו: iRiphabhuliki yaseNingizimu Afrika), איז דאס לאנד וואס געפינט זיך ביים דרום שפיץ פון אפריקע. זי גרענעצט זיך מיט די אטלאנטישן און אינדיאנער אקעאנען אויף א בארטן־ליניע לאנג 2,798 קילאמעטער, און מיט די לענדער נאמיביע, באצוואנע, זימבאבװע, מאזאמביק, סוואזילאנד און לעסאטא (אן אומאפהענגיק לאנד אינגאנצן ארומגערינגלט פון דרום אפריקע). דרום אפריקע איז א מיטגליד אין דער קאמאנוועלט. די עקאנאמיע פון דרום אפריקע איז די גרעסטע אין אפריקע און די 24סטע גרעסטע אין דער וועלט. דערפאר איז זי די מערסט אנטוויקלט לאנד - סאציאליש, עקאנאמיש און אינפראסטרוקטואליש - אויפן קאנטינענט.
רעפובליק פֿון דרום אַפֿריקע Republiek van Suid-Afrika Republic of South Africa iRiphabhuliki yaseNingizimu Afrika | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: | |||||
קאָנטינענט | אפריקע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | ענגליש | ||||
הויפּטשטאָט | פרעטאריע | ||||
רעגירונג | רעפובליק | ||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
יאקאב זומא | ||||
גרינדונג דאַטום |
|||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
1,221,037 קוואַדראַט ק"מ 25סט | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
49,320,000 25סט מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $493.490 ביליאן (25סט) | ||||
וואַלוטע | ראַנד | ||||
צײַט זאָנע | UTC+2 | ||||
אינטערנעט דאָמען | za. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 27+ | ||||
די גרעסטע שטאט איז יאהאניסבורג. דרום אפריקע האט דריי הויפטשטעט: דער פארלאמענט איז אין קאפשטאט, די רעגירונג זיצט אין פרעטאריע און דאס העכסטע געריכט איז אין בלומפאנטיין. ס'זענען פאראן 11 נאציאנאלע שפראכן; די ערשטע צוויי זענען אפריקאנס און ענגליש.
די געשיכטע פון דרום אפריקע איז גאנץ אנדערש פון די אנדערע אפריקאנישע לענדער וויבאלד די אימיגראציע פון אייראפע האט אנגעהויבן גאר פרי, ווי אויך די סטראטעגישע וויכטיקייט פון דעם ים וועג ארום דעם קאַפ.
די עקאנאמיע פון דרום־אפריקע איז די צווייט גרעסטע אין אפריקע, און די 34סט גרעסטע אין דער וועלט.
דער היינטיקער פרעזידעט פון דרום אפריקע איז יאקאב זומא.