א ווידעא שפיל איז אן עלעקטראנישער שפיל וואס מען שפילט אויף א ווידעא עקראן. דער געצייג אויף וואס מען שפילט קען זיין א סמארטפאן, א פערזענלעכער קאמפיוטער אדער א ווידעא שפיל קאנסאל. דער עקראן קען זיין א טעלעוויזיע עקראן, א ווירטואלע רעאליטעט לאָרנעט אדער א קאמפיוטער מאניטאר. זייט די 1980ער זענען ווידעא שפילן געווארן א וואס מער וויכטיגער טייל פון דער פארוויילונג אינדוסטריע, און ס'איז פאראן א פלוגתא צי זיי זענען אויך א סארט קונסט.

Thumb
מענטשן ביים שפילן א גרויסע ווערסיע פונעם בארימטן ווידעא שפיל "פּאָנג" אין דער נאציאנאלער ווידעא שפילן מוזיי

די עלעקטראנישע סיסטעמען אויף וועלכע מען שפילט ווידעא שפילן הייסן פּלאַטפֿארמעס. ווידעא שפילן ווערן אנטוויקלט און פובליצירט פאר איין אדער מער פלאטפארמעס און זענען אפשר נישט פאראן אויף אנדערע. ספעציעלע פלאטפארמעס ווי אַרקייד שפילן וואס פרעזענטירן דעם שפיל אין א גרויסע מאשין (געוויינטלעך מטבע-אפערירט) זענען געווען גאנגבאר אין ווידעא אַרקיידן אין די 1980ער, אבער זייערע פאפולאריטעט האט אויסגעגאנגען ווען אנדערע, מער לויניקע פלאטפארמעס זענען פאראן געווארן. צווישן זיי זענען געווען ספעציפישע געצייג ווי ווידעא שפיל קאנסאלן און גענעראלע קאמפיוטערס ווי לאַפּטאפּן, דעסקטאפּן און מאבילע קאָמפיוטעריי געצייג.

עמולאציע

אן עמולאטאר איז א קאמפיוטער פראגראם וואס מאכט נאך די אויפפיר פון א ווידעא שפיל קאנסאל און אזוי דערמעגלעכט שפילן צו לויפן אן אנדער פלאטפארמע אנדערש פון דעם אריגינעלן הארטווארג. עס עקזיסטירן עמולאטארס וואס ארבעטן אויף סמארטפאנען, פערזענלעכע קאמפיוטערס און קאנסאלן אנדערש פון דעם אריגינעלן.


Wikiwand in your browser!

Seamless Wikipedia browsing. On steroids.

Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.

Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.