![cover image](https://wikiwandv2-19431.kxcdn.com/_next/image?url=https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/a/ad/2008_Mumbai_attacks.svg/langyi-640px-2008_Mumbai_attacks.svg.png&w=640&q=50)
טעראר אטאקע אין מומביי (2008)
From Wikipedia, the free encyclopedia
אום דעם 26טן נאוועמבער 2008 האט אנגעהויבן אין דער שטאט מומביי א קאארדינירטע טעראר אטאקע פון א גרויסער גרופע פון פאקיסטאנער טעראריסטן וואס האט אינפֿילטרירט פונעם ים און האט אויסגעהרגעט און פארוואונדעט הונדטערטע בירגערס, אינדיאנער און מערבדיקערס. טעראריסטן באוואפן מיט ביקסן האבן געהערשט אויף עטלעכע ערטער, געהרגעט בירגערס און גענומען ערבניקעס. די אטאקע איז געווען גלײַכצײַטיק אין פארשידענע ערטער, פון זיי: טשהאראפאטי שיוואזשי סטאנציע, טאזש מאהאל האטעל, אבערוי טריידענט האטעל און דעם מומביי חב"ד הויז . אין די אטאקעס האבן זיי געהרגעאט מער ווי 195 מענטשן און פארוואונדעט מער ווי 300.
![Thumb image](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/a/ad/2008_Mumbai_attacks.svg/640px-2008_Mumbai_attacks.svg.png)
די טעראריסטן זענען אנגעקומען אין מומביי ארום ניין אזייגער אין דער אוונט. זיי זענען אריין אין א באן סטאנציע וואו זיי האבן געשאסן אויף מענטשן וואס זענען ארויסגעקומען פון די באנען און געווארפֿן גראנאטן. די האטעלן זענען איינגענומען געווארן דורך טעראריסטן וואס האבן געשאסן ווילדערהייט און געווארפן גראנאטן. א טייל פונעם האטעל איז ארויף אין די פֿלאמען. צו די זעלבע צייט האבן צוויי פון די טעראריסטן אויסגעזיכט דאס חב"ד הויז און געפֿאנגען די יידן וואס האבן זיך געפונען דארטן.
דערווײַל האט די אינדישע ארמיי זיך געגרייט צו באפאלן די איינגענומענע געביידעס. פרייטאג נאכן זמן פון ליכט בענטשן האבן די אינדישע קאמאנדאס מצליח געווען איבערצונעמען די געביידע. ווען זיי זענען אריין האבן זיי געטראפֿן אז די מערדער האבן קאלטבלוטיק געשאסן אלע יידן.