ליסטע פון פרעזידענטן פון די פאראייניגטע שטאטן
וויקימעדיע ליסטע / From Wikipedia, the free encyclopedia
עס זענען געווען ביז היינט 45 מענטשן וואס זענען געווארן פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. דער ערשטער פרעזידענט איז געווען דזשארזש וואשינגטאן, איינגעשוואוירן אין 1789 נאך אן איינשטימיגן אפשטים. וויליאם הענרי העריסאן האט געהאט דעם קירצטן קאדענץ מיט 31 טעג אין 1841. דעם לענגסטן קאדענץ האט געהאט פרענקלין דעלאנא רוזעוועלט, צוועלף יאר פון 1933 ביז 1945; ער איז דער איינציגסטער פרעזידענט צו דינען מער ווי צוויי טערמינען, פרעזידענט קליוולאנד האט געדינט אלס דער 22סטע און 24סטע פרעזידענט.