סאודי אראביע
From Wikipedia, the free encyclopedia
סאודי אראביע אדער סאודיע[lower-alpha 1] (אפיציעל קעניגרייך פון סאודי אראביע),[lower-alpha 2] איז אן אראביש לאנד אין מערב אזיע וואס נעמט איין דעם גרעסטן טייל פון דעם אראבישן האלבאינזל. דאס לאנד האט א שטח פון 2,150,000 ק״מ2 און איז מיט דעם דאס גרעסטע לאנד אינעם מיטל מזרח, דאס 5ט-גרעסטע לאנד אין אזיע און דאס 2ט-גרעסטע לאנד אין דער אראבישער וועלט נאך אלזשיר. סאודי אראביע האט גרענעצן מיט יארדאניע און איראק צו צפון און צפון־מזרח, קואווייט, קאטאר, באכריין און די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן צו מזרח, אמאן צו דרום־מזרח, און תימן צו דרום. דער איינגאס פון אקאבע טיילט עס פון ישראל און עגיפטן. דער פערסישער איינגאס ליגט צפון־מזרח און דער ים סוף צו מערב. זי האט א באפעלקערונג געשאצט צו 28 מיליאן, און זי באדעקט א שטח פון 2,149,690 קוואדראט ק"מ. די איינציקע אפיציעלע שפראך איז אראביש.
קעניגרייך פון סאודי אראביע | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: לאַנג זאל לעבן דער מלך | |||||
קאָנטינענט | אזיע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | אראביש | ||||
הויפּטשטאָט | ריאד | ||||
רעגירונג | קעניגרייך | ||||
מלך פּרעמיער מיניסטער |
סאלמאן | ||||
גרינדונג דאַטום |
פאַרבאַנד פון הידזשאַז און נעדזשד 18טן סעפטעמבער 1932 | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
2,149,690 קוואַדראַט ק"מ 13 0.7 | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
27,136,977 46 12.2 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $622,500 מיליאן (22סט) | ||||
וואַלוטע | סאודי ריאל | ||||
צײַט זאָנע | 3+ | ||||
אינטערנעט דאָמען | sa, السعودية. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 966+ | ||||
די הויפטשטאט איז ריאד.