סאטורן
From Wikipedia, the free encyclopedia
סאטורן (סימבאל: ; ענגליש: Saturn) איז דער זעקסטער פלאנעט פון דער זון און דער צווייטער גרעסטער פלאנעט אין דער זון סיסטעם, נאך יופיטער. סאטורן, צוזאמען מיט יופיטער, אוראנוס און נעפטון, איז קלאסיפירט אלס א גאז ריז.
דער סימבאל פון סאטורן איז א שערפ (יוניקאד: ♄).
דער פלאנעט סאטורן באשטייט פון הידראגען, מיט א קליינער פראפארציע פון העליום און שפורעלעמענטן.[1] דער אינעווייניק באשטייט פון א קליינער יאדער פון שטיין און אייז, ארומגענומען מיט א דיקער שיכטע פון מעטאלישן הידראגען און א גאזישער דרויסנדיקער שיכטע. ווינט גיכן אויף סאטורן קען גרייכן 1800 ק"מ א שעה, אסאך גיכער ווי אויף יופיטער. סאטורן האט א פלאנעטיש מאגנעטיש פעלד מיטנדיק אין שטארקייט צווישן דעם פון דער ערד און דעם קראפֿטיגערן פֿעלד ארום יופיטער.
דעם פלאנעט׳ס מערסט בארימטע אייגנקייט איז זיין פראמינענטע רינג סיסטעם וואס באשטייט מערסטנס פון אייז טיילכעלן, מיט א קלענערער מאס פון שטיינברעך און שטויב. נישט ווייניגער ווי 62 לבנות[2] ארביטירן סאטורן, פון זיי 53 האבן אפיציעלע נעמען. דאס איז אחוץ די הונדערטער לבנה׳לעך אין די רינגען. טיטאן, סאטורנ׳ס גרעסטע לבנה, און די צווייט־גרעסטע אין דער זון־סיסטעם , איז גרעסער פונעם פלאנעט מערקור, אויבוואויל מיט א קלענערע מאסע, און איז די איינציקע לבנה אין דער זון־סיסטעם וואס מען ווייסט אז זי האט א ממשותדיקן אטמאספער.[3]