From Wikipedia, the free encyclopedia
פלייש איז די מאטריאל וואס איז עסבארער טישו פון קערפער פון א בעל חי וואס מענטשן אדער אנדערע בעלי חיים קענען עסן, בעיקר פון די מוסקלען, אבער עס איז אבער אויך אנדערע גלידער ווי די לעבער וואס מען קען פארדייען אלס עסנווארג. אדורך דער גאנצע היסטאריע האבן מענטשן געפאנגען און געקוילעט בעלי חיים פאר פלייש, למשל שאף, פי, הינער, קיניגלעך און חזירים.
פלייש אנטהאלט בעיקר וואסער, פראטעין און פֿעט. געוויינלעך טוט מען קאכן דאס פלייש פארן עסן אדער פראצעסירן אין אנדערע וועגן ווי זאלצן.
וועגעטארן זענען מענטשן וואס עסן נישט קיין פלייש.
לויט דער יידישער רעליגיע מעג מען עסן פלייש נאר פון געוויסע בהמות (אקסן, שאף און ציגן), חיות (למשל הערשן) און עופות (למשל הינער, קאטשקעס, אינדיקעס און גענז). מען דארף שעכטן דעם בעלי חי לויט די הלכות פון שחיטה.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.