פעברואר 2007 האט אנגעהויבן דאנערשטיק.
פינאנציעלער וועלט שאקעלט זיך ווען שאנכיי סטאק מארקעט אין כינע פאלט. אנמאכענדיג זארג אז גלאבאלער עקאנאמיע ווערט שוואכער דערמיט שאפענדיג א גאלאפ פון פארקויפן סטאקס אויף וואל סטריט אלס פחד פון ווערדלאזע שעירס . דאו זשאונס פארמאכט זיך נעכטן מיט טראסק פון 416 פוינטס. די S&P טראסקעט מיט 50 פוינטס אדער 3.3 פערצענט . נעסדעק 96 פוינטס. נידעריגסטער איין-טאג טראסק זינט סעפטעמבער 2002 . (ניו יארק טיימס )
האג אינטערנאציאנאלער בית דין טרעפט אומשולדיג סערביע אין מאסן מארד אין באסניע אבער זיי ווערן באשולדיגט און דאס נישט צוריקהאלטן. (וויינעט )
צענדליגע טויזענטע באטייליגען זיך אין גורע חתונה , צום ערשטען אייניקל פון רבי יעקב אלטר . נייע תקנות איינגעפירט צו איינצוימען קאסטען פון חתונה ביי חסידים, און דעם רביןס חתונה אלס עקזעמפל ; בלויז אפאר הונדערט חשובע מענטש עסן סעודה , די איבעריגע חסידים זענען בלויז געווען ביים חופה . (הארץ )
הויפט פון סנהדרין אונטער ארעסט פארן פסק אז זשאנדאר וואס האט פארטריבן אידן פון גוש קטיף איז א מסור . (זשעי. פאוסט )
קענסעס : פרוי גערעיפט אין א שול דורך גויאישער רייניגער . (לאקאל מידיע )
באוקא ראטאון פלארידע : קאמפיין פון טעגליכע פראטעסטען פון ארטיגע אידן קעגן הויז פון דאקטער וואס האלט צוריק גט פון זיין געוועזען ווייב פאר איבער צעהן יאר וואס מאכט איר אן עגונה . - ווידיאו . (הרהורים )
דעמאקראטישער הויז ספיקער 'קע, נענסי פעלאוסי , באשטימט אלס איר הויפט ראטגעבער , א לינקער ליבעראלער אקטיוויסט פון דזשארדזש סאראסס ארגענעזאציע . (פראנט פעידזש )
טענעסי : דראמאטישער סצענע אין געריכט ווי עדות פארציילט וויאזוי טעקסי דרייווער פארט איבער זיין פאסאזשיר , שרייענדיג אז היטלער האט נישט פארענדיגט זיין זשאב אויסצורייניג ]ען די וועלט פון אידן . (די טענעסיען )
היסטאריע געבראכן: ארץ ישראל קרויןט דאס ערשטע מאל אן אראבער אלס איר פרעזידענט פאר איין וואך . א דרוז . (ניו יארק פאוסט )
זארג אין אמעריקע מיט מאסן מגיפה פון בין 'ען וואס באדראעט וואוקס פון אומצאליגע תבואה . (ניו יארק טיימס )
יונג איזראעל און אגודת ישראל שיקן בריוו פון 2 ליטווישע גדולים , הרב אלישב און הרב שטיינעמאן צו פרעזידענט דזשארזש בוש , אז ער זאל באפרייען דעם אידישען שפיאן ר' יונתן פאלארד , נישט מן הדין נאר בלויז אלס חסד . (ען.אר.זשי. )
וויליאמסבורג : גוים שיסן זיך מיט גאןס נאך ווערטער געפערט . (ניו יארק דעילי ניוז )
בלאגספערע לעבט אויף מיט נייעם וויקי סטייל קאנסערוועפעדיע וואס א גרופע קאנסערוועטיווען אנטוישט פון בייעס אנקעגן רעליגיע , שטעלט איר ציל צו צענזוררירען די ליבעראלע נויגאונג פון וויקיפעדיע לגבי עוועלאשען און וועלט באשפונג דורך א גאט לויט די תורהס ערציילונג . (גארדיאן )
מאנסי : 5 קאר עקסידענט אויף רוט 59 פארוואונדעט 2. (זשורנאל ניוז )
מאנסי : רייען קארבן פארטרעט ר' גדליה אבערלענדער אין קארט צו מאכן זיין הויז פאר שטייער פריי אלס דאס אנערקענען פאר א שול . (זשורנאל ניוז )
יאסי גרין ארבייט שוין 3 יאר אויף א אלבוים וואס וועט אנטהאלטן אלע שטערןס אין חסידישע מוזיק ; מרדכי בן דוד ; גד אלבז ; אברהם פריד ; און ליפא שמעלצער וואס יעדע איינער וועט זינגען איין ניגון פון זיינע בעסטע קאמפאזיציעס . (בחדרי חרדים )
בד"ה : פון ירושלים קומט ביטער בשורה אויפן פטירה פון ר' יוסף בוקסבוים , דער גרינדער און פירער פון מכון ירושלים . (בחדרי חרדים )
נייער געגענט פאר חרדים אין ירושלים געפלאנט, מיט 11 טויזענט פרישע דירות , טונעל ווערט געגראבן צו טראגן טראנספארט און טראפיק פון צענטער פון שטאט אונטער און אויסצוקראסן אראבישע געגענטער . (בחדרי חרדים )
באבוב ריזן טענט ווערט געבויט אין פארקינג לאט פון ר' מרדכי דוד אונגערס חסידים . (כאפצעם )
רבי מענדיל האגער וועט פראווען כ"א אדר שבת יארצייט אין ליזענסק . (בחדרי חרדים )
ברוקלין : דרוק פון אידישע איינוואונער צו טוישען נאמען פון גאס וואס הייסט נאך אנטיסעמיט . (ניו יארק פרעס )
קרוין הייטס : אידישע פרוי געכאפט גנבענען ביי לחיים אין זשואיש טשילדרענס מוזיעם . קיינער וויל נישט פרעסן טשארטשעס צוליב הלכה אז מען טאר נישט מאסערן . - בילדער . (קרוין הייט אינפא )
טעראריסטן באמבארדירן טויער פון אמעריקעס אמבאסאדע אין אפגאניסטאן אינמיטן וויצע פרעזידענט דיק טשעיני וויזיט אינעווייניג. 18 טויט . (בלומבערג )
פרומע פרויען לערנען זיך צוריק שלאגן מיט קאראטע . (וויינעט )
מוזיק רעוויאו איבער נייעם אלבוים פון ר' שמואל בראזילס רגש סעריעס : ר' אביש בראדט זינגט די הויכע טענער , מיט זיין נשמה קול , כאר מיט ר' מענדי זשוראפי טראגן דעם טעיפ צו זיין מער סוקסעספול ווי אוהדס און שוועקיס לעצטיגע פראדוקטען, אלעס צוליב די שטילע און הארמאניע קול פון ר' שמואל בראזיל און זיין סטייל קאמפאזיציעס וואס מאכט דאס גרינג מיט צו זינגען און בלייבן סטאק אינעם מוח פון הערער . (זשואיש מוזיק )
שיף קאפיטאן פון עקסאודאס , ווערט געכאפט מיטן דרייווען קאר פאר די לעצטע 18 יאר אן א לייסענס . (זשעי.טי.עי. )
איבער 60 פראצענט פון קיבוצים אין ארץ ישראל האבן שוין געטוישט זייער ווירטשאפט פון סאציאליזם צו קאפיטאליזם . (באסטאן העראלד )
פרומער חסידישער חב"דסקער אינגערמאן , לויער פון כפר חב"ד ווערט באשולדיגט און פארדייטוגען טעראר גרופע פון סוריע פאר גרויס געלט . (ען.אר.זשי. )
לכבוד פורים : נייער קאמפיין קעגן רייכערען ציגארעטען ביי די איגענט , גרויסע שילדען און אלע חרדישע געגענטער מיטן לאזונג , נעבעך , ווער עס רייכערט . (ען.אר.זשי. )
זשעימס קעמארמאן דער פראדוצירער פונעם פילם "טיטאניק " און נייעם פילם וואס ווייזט אז יאשקע איז גאר געווען די מאן פון מערי , וואס די קריסטען זאגן אז דאס איז זיין מאמע און די ווייב פון גאט . זיי האבן געטראפן די קברים פון ביידע, לויט זיי פעסטגעשטעלט מיט די ען עי באווייזן, דאקומענטערי וויאזוי מען טרעפט דאס אלעס אין ארכיאלאגיע סייט אין ירושלים ווערט געוויזן קומענדיגע וואך אויף דיסקאווערי טשאנעל . (ניו יארק טיימס )
חברון : אראבישער רויטערס קאמערא מאן קערט צוריק קליין אידיש מיידל וואס האט אריינגעוואנדערט און געבלאנזשעט צווישן די אראבער צו אירע באזארגטע מתנחלישע עלטערן . (חדשות 10 )
רבנים פון משיחסטען לאגער אין חב"ד מיט פסק דין: רעגירונג אין ארץ ישראל האט נישט קיין זכות קיום . (chabad.fm )
סופרים קארט זאגט זיך אפ פון אנעמען אפיעל פון אריזאונע פעדעפייל וואס איז געווען א טיטשער און ארטיגע שולע און איז באשטראפט געווארן מיט 200 יאר טורמע צוליב 20 בילדער פון קליינע קינדער אינמיטן סעקס , 10 יאר פאר יעדע בילד . (וויינעט )
נטורי קרתא אין ירושלים שליסן זיך אן אין די טעגליכע אראבישע פראטעסטן קעגן די גראבונגען נעבן כותל . - בילדער . (בח"ח )
חרדישער ביליאנער ר' לוי לביוב איז מנדב די פאנטאסטישע סומע פון 60 מיליאן שקל פאר די פארטריבענע אידן פון גוש קטיף . (ען.אר.זשי. )
ביידע מערדער פון מתנחל וואס האט געהאלטן אינמיטן התבודדות אין וואלד נעבן חברון אונטער ארעסט . (וויינעט )
חברי הכנסת פארלאנגען אנצוקלאגן אין געריכט פראפעסער פון בר אילן אוניוועריסיטעט וואס האט געשריבן בוך אז בלוט בלבול איז באזירט אויף אמת . (זשעי. פאוסט )
ליסטע פון די 79 אקעדעמי אווארד געווינער פון די בעסטע האליוואוד פילמען פון יאר גייט פאר די דיפארטעט איבער א מאפיע מעשה וואס ווערט געשפילט דורך זשאן ניקאלסאהן און מעט דעימאן מיט לינארדא דיקאפראו ; די קעניגען איבער די קעניגען פון ענגלאנד ; חלום מיידלעך איבער שווארצע זינגער וואס זענען געווארן גרויס און נאך.. (סידני מארנינג העראלד )
ברוך דיין האמת : מתנחל געפינען דערשטאכן אויף טויט דורך פאליסטינער , צפון פון חברון הי"ד . (וויינעט )
96 יאריגער פוילישער גויטע , נאמינירט צו געווינען נאבעל פריז פאר איר העלדישער מיסיע פון ראטעווען 2.500 אידישע קינדער ביים חורבן אייראפע . (זשעי.טי.עי. )
טינעק , ניו זשערסי : מתנחלים האלטן אפ הייזער פארקויף אין לאקאלער שול רופט ארויס בייזע פראטעסטן פון לינקע אידן מיט פאליסטינער . (ניו יארק פאסט )
ווענזועלא : חב"ד רב ווייזט צוריק וויזיט פונעם פרעזידענט , יוגא טשאוועז , צו קאראקאס שול , כדי אים נישט געבן פאליטישע שטיצע . (וויינעט )
אייניקל פון הרב שמשון רפאל הירש ז"ל , געווינער פון חתן פרס ישראל אויף תנ"ך , נפטר געווארן. (ערוץ 7 )
צה"ל לייגט גאנץ שכם מיט אירע 50,0000 אראבער אונטער קורפיא אויסצורוימען אירע טעראריסטען . (בי.בי.סי. )
פראפעגאנדע פילם פון אש התורה קעגן מוסולמענער קאמפ קעגן ציונות רופט ארויס רוגזה אין קאלעזש קעמפוס . (ניו יארק טיימס )
מקובל הרב דוד בצרי אין פראיעקט פון 10,000 קינדער זאלן דאווענען אז אכמאדיניזשאד זאל נישט קענען טשעפענען קיין אידן . (זשעי. פאוסט )
ברוך דיין האמת : ר' אברהם בלומענקראנץ פון די גרעסטע פוסקים אין היינטיגען דור און דער הויפט עקספערט אין פעלד פון כשרות נפטר געווארן. (ישיבה וועלט )
ארץ ישראל : טשיקאווער בילד פון פארדיטיגונג מיניסטער , עמיר פרץ ווי ער באטראכט מיליטערישע מאנווערעס מיט פארמאכטע שפאקטיווען רופט ארויס שפאס אין די גאנצע וועלט . (בי.בי.סי. )
געוועזענער ספרדישער רב הראשי פון ארץ ישראל , הרב מרדכי אליהו , אויף פראגע וואס ער זאגט צום סטעיטמענט פון געוועזענער הויפט ריכטער , אהרן ברק : אז עס איז נישטא קיין עולם הבא און מען קען פארברענן זיין טויטער קערפער ' ענטפערט די רב ; אויב עס איז נישטא קיין גאט און קיין עולם הבא , דאן פארוואס זאל מען אים נישט פארברענען דעם הויפט ריכטער ביים לעבן ? . געבט אויך ארויס פסק אז פרומער איד מעג דינען אלס לויער אבער נישט אלס פראסעקיוטער אין די פרייע געריכטען . (ען.אר.זשי. )
ר' אשר אנטשיל כ"ץ וויעןער רב ליידט הארץ אטאקע . (כל העולם כולו )
אין ארטיקל אין משפחה , רופט איינע פון די הויפטן פון ארץ ישראל משמרת הצניעות , ר' מרדכי בלוי צו די עסקנים און רבנים זיך אויפוועקן , צום פאקט פון מאדערן טעכנאלאגיע , נאכצוטאן אמעריקעס חרדים און עפענען כשר אינטערנעט . (חבד אונליין )
טינעיזשערס אונטער ארעסט צוליב וואנדאליזם אויף באבי יאר זכרון מציבה . (זשעי.טי.עי. )
ר' זיידל ראזענבוים קרעטשניף רבי פון אמעריקע באזוכט לאנדאן און היטשען - בילדער . (בחדרי חרדים )
גור 'ע רבי , ר' יענקל אלטער , זאגט פאר בחור מיט פיאות פאסט נישט צו כאפן בילדער . (בחדרי חרדים )
טעקע:Crans - 8th tee (Siem).png
באקאנטער פערזעהנליכקייט אין גאלף ספארט , ליינט העסליכע לשון הרע קעגן זיך אין זיין אייגן וויקיפעדיע ביאגראפיע ארטיקל, קלאגט דירעקט אן דעם שרייבער , איינע פון די 20 קאמפיוטער פון א לויער פירמע , אין געריכט פאר פארלוימדונג , נישט קענענדיג אנקלאגן די וויקימעדיע פאונדאוציע איבער די אחריות פון די ארטיקל אויף וויקיפעדיע . (מיאמי )
יתד נאמן אין לאנגען העסליכן ארטיקל אנטקעגן דעם מאדערן ארטאדאקס רבנים קאלעדזש , ישיבת חובבי תורה , איבער זייער מיסיע פון מאדערנעזירן די אראטאדאקסיע צו זיין מער אפען צו פלארעליזם . עס צולייגט די סטעיטמענטס פון זייערע פירער און תלמידים . פון זייער הויפט רב , ר' אבי ווייס אנטקעגן ר' דוד האלענדער דער היינט צייטיגער גרעסטער קעמפער קעגן ראפארם אידישקייט און קאנסערוועטיווער אידישקייט , ביז זייער ראש ישיבה , ר' דוד לינזער וואס פרעגט צו מען זאל בייגן די הלכה צו אקאמעדירן די היינטיגע אייניגע רעכטן פרינציפ ? . און זיין פראבלעם מיט די מצווה פון מחיית עמלק . לויטן יתד נויגן זיי אוועק גאר ווייט אפילו פונעם וועג אין אידישקייט פון זייער אייגן רבי ; ר' יוסף בער סאלאווייטשיק ז"ל , מיטן עפענען אן אינטער-רעליגיע דייאלאג מיט קריסטען איבער רעליגיע וואס ער האט בפירוש געאסערט . (ישיבה וועלט )
צום 275'סטן געבורטס טאג פון אמעריקעס פאטער דזשארדזש וואשינגטאן , ליינט איבער זיין קשר מיט אידן און אידישקייט . (אלגעמיינער זשורנאל )
שלום בערגער ערקלערט: דער אידישיסטישער אימפעריע איז אלעס געוועזן איין מענטש אלייןס אויפן וועלט , דר. מרדכי שעכטער (פארווארד )
רב ווערט דערווייטערט פון זיין אייגן שול פאר 14 טאג צוליב דעם וואס ער איז א סכנה פאר מתפלל . (מעריב )
איזראעל רוסישער מאגנאט גרינדעט א סאציאלער יוסטיץ באוועגונג וואס וועט שטיצן ביבי נתניהו איבערנעמען פירערשאפט פון מדינת ישראל . (וויינעט )
אינעם נייעם אינטערנעט עפאכע , דאס מאנטעליטעט פון איגענט געטוישט ; זיי שעמען זיך מיט גארנישט, און זייער גאנצער לעבן איז אויפגעדעקט פאר יעדן צו זעהן און ליינען . (ניו יארק מאגאזין )
ביל געיטס דער מאדערן טאטע פונעם היינטיגען קאמפיוטער וועלט , געבט ארויס גזירה אויף זיין קינד : נישט מער צו פארברענגען פון 45 מינוט אויפן קאמפיוטער א טאג . (עי.פי. )
מיטן וואוקס פון אינטערנעט טשעט טעכנעלאגיע וואקסט אויך די פראבלעם פון פעדעפיליע : שטודיע ווייזט אז 25 פראצענט פון קינדער זענען שוין געווארן באלעסטיגט פון פעדעפיילען, נאנט פון האלב האבן זיך שוין געטראפן פנים אל פנים מיט זייערע פעדעפייל רודפים . איצט קומט א ישועה פון אן אזיראעלי קאמפאני וואס איז געווארן אויסגעוועלט דורך די פעדעראלע רעגירונג צו ערצייגען א טעכנאלאגיע וואס וועט ווייזן ווי אלט די באנוצער איז, כדי קינדער זאלן וויסן אז זיי רעדן מיט איינער וואס איז נישט זייער יארגאנג . (סקופ )
האטעל בוי אין אומאן נעבן קבר פון ר' נחמן ברסלב , צו אקאמדירן די פילע טויזענטע טוריסטען א יאר , צייטווייליג אפגעשטעלט נאך ארגומענט פון חרדים אז אונטער דעם געפינט זיך קברים . (הארץ )
בארא פארק : סאטמארער רבי ר' אהרן טייטלבוים אין דרשה קעגן דעם ענגלישער המודיע , צוליב דעם וואס עס אגודיסטיש געשטימט און עס איז געשריבן נישט אין אידיש נאר אין ענגליש . (בחדרי חרדים )
איזראעלי קאבינאט פארלענגערט פאר נאך 5 יאר , די חוק טל וואס פטרט די חרדים און אראבער פון צייטווייליגער מיליטער דינסט. (וויינעט )
ר' אברהם בלומענקראנץ איז אין קריטישער מצב . (ישיבה וועלט )
קנאים אטאקירן ר' אורי לופליאנסקי ירושלים מעיאר אין מאה שערים , פארענט פון שטוב פון הרב אלישב . (ישיבה וועלט )
זק"א שיקט אירע וואלענטורן אויפזוכן די טויטע קערפער פון הויך ראנגקיגער איזראעלי גענעראל וואס האט איבערגעלאזט א זעלבסטמארד נאטיץ אינמיטן זיין מיסיע אין פראנקרייך . (הארץ )
האטעל אין טבריה שיקט א ווארענונג פאר אלע האטעלן אין גאנץ ארץ ישראל אז יודא משי זהב דער גרינדער פון זק"א איז א גנב , בשעת ווען ער האט איבער א מיליאן דאלער חובות , געבט ער א פאלטשע טשעק פארן האטעל פון 25 טויזענט שקלים פאר טייערן שבת וואקאציע . (ען. אר. זשי. )
געריכט אין ארץ ישראל צווינגט עטרת כהנים גרופע אויפגעבן אפארטמענט געביידע אין סוליוואן די אראבישע געגנט אין מזרח ירושלים קעגן איבער דעם כותל אין שער אשפה . דאס ערשטער מאל זינט 1967 וואס אזא פסק צווינגט אידן ארויס פון התנחלות אין ירושלים . (הארץ )
וואסארע באקטעריע און שמוץ לעבן אלס אין ניו יארק סיטי וואסער ? (ניו יארק טיימס )
רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט, און אריזאונע סענאטור , זשאן מעקעין זאגט אז פסק פון סופרים קאורט , וואס האט לעגאליזירט אבארשען דארף איבערגעקערט ווערן. (עי.פי. )
נייער טעיפ פון ניגוני ר' שמואל בראזיל , אין די סעריע פון רגש געזינגען דורך ר' אביש בראדט . (בלאגמייסטער )
באקענט זיך מיטן נייעם אויפגייענדער שטערן , אין עולם הנגינה: שלומי גערטנער איז באטראכט לויט טייל עקספערטן אלס דער קומענדיגער ליפא שמעלצער . (בלאגמייסטער )
המודיע : אברהם לינקאלן איז מעגליך געוועזען א איד . (לייף אין איזראעל )
ווידיאו קליפ, ר' שמעון לעמבערגער , מאקעווער רבי פון כפר אתא ביי ר' ליפא שמעלצער אין שטוב . (זשואיש ברעיקינג נוז )
בלאגס העלפן מענטשען צו מענעזשען זייערע פינאנצען און זיך ארויסזעהן פון חובות . (ניו יארק טיימס )
קרית יואל קימפעטורען היים האט באקומען א מיליאן דאלער פון גאווערנער פאטאקי . (טיימס יוניאן )
ניו זשערסי קהילה שיקט משלוח מנות פאר די טרופען אין איראק דורך יו טוב קאמפיין . (זשואיש טיימס )
געוועזענע פוירסט לעידי און דעמאקראטישער פרעזידענט פראנט ראנער , מרס. הילערי קלינטאן , וואס האט געוואוט צו שיקן די טרופען קיין איראק , רופט איצט זיי אהיים ברענגן פון 90 טעג ארום. (עי.בי.סי. )
מחלוקת הפוסקים איבער מיאמי ביעטש : אינדערצייט וואס חסידישע רעביס ווי סקולען וויזשניץ מאנסי פאפא וכו', געבן ארויס איסור אהין צו גיין אין זיי באטיטולען קינדער וואס פארן קיין מיאמי צו העלפן די אלטע קראנקע עלטערן , אלס מצוה הבאה בעבירה , טוען די ליטווישע גדולים און ראשי ישבות ארגעניזירן א ירחי כלה דארטן פאר די פילע אידן וואס האלטן זיך דארטן אויף. (סירקוס טענט )
הונדערטע אידן ווערן געשטראנדעט פאר שעות און גאנצעטע טעג צוליב דעם טעות פונעם ביליגען עירליין קאמאפני זשעט בלו , וואס קענסעלט איבער 90 פליגער . (ניו יארק פאוסט )
איד געווינט אין געריכט אורטייל 54 טויזענט דאלער פארגיטיגונג פון פאטא קאמערע געשעפט וואס האט נישט געוואלט דוועלאופע זיין משפחה בילדער פון פילם , צוליב די ארגומענט אז זיי זענען ציוניסטישע טעראריסטען . (מערקארי נייעס )
נייער בוך איבער די יארן פון ר' יוסף יצחק שניארוסאהןס טעכטער און איידעמער אין בערלין ווייזט אז זיי האבן געלערענט איינפאכע פרנסה אין עלעקטאריק אינזשענירונג , נישט קיין פילאזאפיע און אויך אין א פשוטער מוסד . (הארץ )
פאליציי פארשט טויט פון בעיבי נאך ברית מילה , דאסמאל אין לאנדאן . (דעילי מעיל )
דער חרדישער שריפט שטעלער , ר' הערשל פריעדמאן און דער חרדישער קאמידיען ר' וועלוול גאלדשטיין ביידע פון שטאט קרית יואל טרעטן אויף אין וויליאמסבורג לכבוד ראש חודש אדר פארן דינער און מלוה מלכה צו ארויפטרייבן נדבות פאר בית לפליטות . (חדשות אנש )
ניו יארקס מעיאר מייקל בלומבערג אונטער קריטיק פון רעליגיעזע פירער פארן פארטיילען בחינם , פון די שטאטישע שטייער געלטער קאנדאםס אויף די גאסן פאר אלע איינוואונער . (ניו יארק פאוסט )
ניו יארקס קאר אוינערס אטעמען אפ פריי נאך די גוטע בשורה אז בלומבערג ברעכט זיך אונטער די קריטיק פון נישט סוספענדירן די אלטערנעיט סייד פארקינג ראלעס אין די גרויסע שניי שטורעם , איר קענט איצטער צורייסן אלע אייערע פארקינג טיקעטס וואס די פאליציי האט אייך אויסגעשריבן . (ניו יארק פאוסט )
פראפעסער אלי וויזעלס אטאקירער געכאפט אין ארעסטירט אין א דראג ריהאביליטאציע צענטער אין ניו זשערסי . (וויינעט )
ספרדישער הויפט רב פון ארץ ישראל , ר' שלמה עמאר ערקלערט אז גראבונגען נעבן הר הבית איז פראוואקאציע קעגן אראבער און מען זאל דאס שוין אפשטעלן. (וויינעט )
דאנקין דאונאטס פרעטשייז צווינגט סטאר אייגענטומער אין וואשינגטאן צו פארקויפען טריפה דערמיט אויפגעבן זיין כשר השגחה אויף 3 געשעפטען . (וואשינגטאן זשואיש וויק )
באנק אין באסטאן אנטשולדיגט זיך פאר אידישער געמיינדע נאכן לויפן עדווערטייזמענטס פון חרדישען איד וואס דערמאנט די שטירמער קאריקטורען . (באסטאן העראלד )
לינקער ליבעראלער יו.סי.על.עי. ראביי פון די דארטיגע הלל ארגענעזאציע , וואס האט געשלאגען א אידישער פרוי זשורנאליסטקע , אינמיטן א היציגער פראטעסט קעגן פראפעסער עלען דערשאוויץ , אנטשולדיגט זיך אין טייל פון געריכט פשרה . (זשאואיש זשורנאל )
באנדיטען געזוכט , נאכן באפאלן אין אטאקירן 2 אידישע ברודער מיט בעיסבאל בעט אויפן גאס אין גאלדערס גרין . (טאטאלי זשואיש )
וויליאמסבורג : היספאנישער לעוועל 3 סעקס אביוזער אונטער ארעסט פארן טשפענען חרדישער קליין מיידעלע אין הארץ פון געגענט , האט א רעקארד פון אזאלעכע שמוציגע פארברעכן . (עי.בי.סי. )
היינט איז די חגא פון וועלענטיינס טאג ביי די גוים , אין א נייער אנקעטע פון דער אפטייקווארג קאמפאני , פייזער , ווייזט אז די אידן אין ארץ ישראל זענען גאר די מערסטע פארטאן אין סעקס , זיי זענען די צווייטסטע אינעם ראנג פון אלע פעלקער פון די וועלט, אינעם נאנכאנאדיגקייט אפהאלטן אינטימע געשלעכט מיט זייערע געליבטע. (הארץ )
חסידים אין וויליאמסבורג בעטן זיך ביי ניוסדעי און סיערס זאלן אויפהערען שיקען זייערע אדווערטייזמענטס מיט אומאיידעלע בילדער . (דעילי ניוס )
בר אילן אוניווערסעטי פראפעסער ערקלערט: אז היטארישע בלוט בלבולים , אז אידן זאלן האבן געשחטן קריסטליכע קינדער פאר די בלוט צו די מצות , זענען יא געווען עפעס באזירט אויף אמתע פאקטן . (הארץ )
הייד פארק ווערט דאמינירט ביי היימישע חרדישע אידן פון אמעריקע טראץ איסור פון די ארטיגע רבנים קעגן אינטערנעט באנוץ. (זשעי. פאוסט )
חרדים מאכן עקסערסייז אנדערשט . - בילד און באריכט פון כשר זשים . (זשעי. פאוסט )
צה"ל פירט איין כשר טעלעפאון צו מינימיזירן חילול שבת . (זשעי. פאוסט )
חסרון אין רבנים ביים חורבן בית שני האט מעגליך געפירט צו די אסימילאציע פון אידישן פאלק . (זשעי. פאוסט )
אויפברויז ביי אמאריקאנע אידן : רעפובליקאנער פרעזידענט קאדידאט , מיט ראמני ערקלערט זיין קאנדאדיטור אין מוזיעם ווא הייסט נאך הענרי פארד דער גרינדער פונעם פארד מאטאר קאמפאני וואס איז באוויסט אלס אן אנטיסעמיט אין פריינד מיט היטלער ימ"ש. (הארץ )
פראנקרייך פאליציי ארעסטירט 11 אין אל קעידא רעקרוטינג נעץ . (פאקס ניוז )
פירער פון די קירכע פארן זיך צונויף אין א סאמיט דורכצושמועסן די פראבלעם פון האמאסעקסואליטעט צווישן זייערע גלחים . (בי.בי.סי. )
באריכט : בעלגיע האט קאלעבערירט אין די צווייטער וועלט מלחמהס דעפארטאציע פון אידן . (א.דזשעי. פרעס )
הארץ טוישט איר פארמאט און סייז פון פאפיר , פון לאנג ווי דער אלגעמיינער זשורנאל , צו קורץ ווי דער איד . פון איצט אן איז דער המודיע דער איינציגסטער לאנגער פאפיר פון די טאג צייטונגען אין ארץ ישראל . (בח"ח )
קיעוו שול אטאקירער באפרייט , סטראשעט נאך ווילדקייטן . (פ.עס.יו. מאניטער )
לאס וועגאס איז טאקע אידיש אבער עס פעלט פיל אין אידישקייט . (הארץ )
קלאגע : הויזן פון חתן צורייסט זיך אינמיטן זיין חתונה . (ען.עף.סי. )
באקענט זיך מיט א נייע מארקעט : קאמפאני וואס ערצייגט בלויז כשר דאליס . (ניו יארק מאגאזין )
אור עקיבא : נאמען פון גאס נאך ר' מאיר כהנה ברויזט אויף שכינים . (וויינעט )
עדה החרדית טוישט ענדליך נאך חדשים פון מאנסי פלייש סקאנדאל אירע השגחה אויף כשרות סטאנדארט : פון היינט מאל אן דארף יעדע פלייש געשעפט אדער רעסטוראנט האבן אויפן פלאץ א משגיח תמידי . (בח"ח )
סטארעט סיטי סעיל פאר דעם חרדישען ריעל עסטיעט מאגנאט , ר' דוד ביסטריצער רופט ארויס אויספארשונג פון 2 קאנגרעסלייט וואס פארטרעטן פערצופעל אויך חרדישע אידן . ענטאני ווינער פון פלעטבוש און עד טאונס פון וויליאמסבורג ווילן דורכפירן פארהערן וואסערע איינפלוס דער סעיל וועט האבן אויף די ארימע איינוואונער לגבי העכערן זייער רענט וואס זיי קענען נישט דערהייבן. (ניו יארק פאוסט )
בארא פארק : באזוך פון ר' שמעון לעמבערגער , גאב"ד מאקעווע פון כפר אתא , רעכט אפ שבת און פילער וואך פראווענונג אין ניו יארק . (חדשות אנש )
בני ברק : פרוי מיט שייטל אין חרדישער לבוש ווערט אראפגעכאפט אויף ווידיאו אין רויב פון שווערע טויזענטער וועד אין צירונג . (בח"ח )
איבער 200,000 יורדים ישראלים פון לאס אנזשעלעס ווערן אהיים גערופן קיין ארץ ישראל דורך שר הקליטה פון מדינת ישראל . (וויינעט )
שוידערליכע נייע אנקעטע ווייזט אז דער אידישער פאלק אין ארץ ישראל ווערט פארגויאיש , איינס פון 10 משפחות האבן חתונה מיט גוים . בלויז 58 פראצענט משפחות האבן ביידע עלטערן אידן , אבער רוב פון די משפחות האלטן זיך אידיש . (וויינעט )
ירושלים : חרדישער מעיאר , ר' אורי לופליאנסקי געבט זיך אונטער די דרוק פון אראבישע ראיאטען שטעלט צייטווייליג אפ בוי ארבייט נעבן הר הבית . (עי.פי. )
קאנטרי : היסטארישער ריזן האטעל אין סאוט פאולסבערג וועט צוריק געפענט ווערן דאס יאר , אבער נישט פאר די פרייע אידן וואס וועלן קומן הערן זשעקי מעיסאן , נאר פאר חרדישע חסידישע אידן וואס וועלן וועלן מיטהאלטן א שבת ביים באבובער רבין 'ס טיש אין א חסידישער סביבה . (רעקארד )
וויליאמסבורג : נייער אטוירני זשענעראל , ענדרו קאומאו וועט קלאגן אין געריכט דעם ריזן גאזאלין קאמפאני עקסאן אויפצרייניגען זייער אויל אויסגיסאכץ אין שכינותדיגן גרין פאונט געגענט פון יארן צוריק וואס פארפעסטעט די סביבה און שאדט פארן געזונט . (ניו יארק טיימס )
ארץ ישראל : פאציענט ווערט ווילד און אטאקירט דאקטער , אלע דאקטוירים סטרייקן . (ען.אר.זשי. )
ראביי וואס האט אויסגעטראפן א פאטאגראפיע טעכניק פון לענס פאר קאמערע ווערט אנדעקט אלס ריזן הצלה אקטיוויסט פאר אידן זיך צו ראטעווען פון די נאציס און אויך זייערע גויאישע ווייבער צוליב זייער נאנטקייט צו אידן . (גארדיען )
שאק : אנטיסעמיטישער גראפיטי געטראפן אין שטילען רייכען אידישען געגענט אין לאנדאן גאלדערס גרין ביי באס סטאפ . (לאקאל צייטונג )
אינטערנעט : מיטן נייעם מאדערן וועלט פון טעכניק ווערט דער אלגעמיינער אינטערנעט באנוצער א נייעס רעפארטער . (עי.פי. )
מוסטער:Portal:Current events/2007 פֿעברואַר 10
שמועות אז וויקיפעדיע גייט זיך אפשפארן שטעלן זיך ארויס אלץ אומריכטיג לינמאגאזין
וויקיפעדיע איז אין צרות - זיי האבן געלט צו שטיצן די פראיעקט בלויז אויף 3-4 מאנאטן
היימישער חרדישער ריעל עסטעיט מאגנאט פון בארא פארק , ר' דוד ביסטריצער און זיינע שותפים אין איבער א ביליאן דאלערדיגע מקח , קויפן אפ ריזן געגענט אין ברוקלין , סטארעט סיטי ביים וואסער ברעג נעבן קאנארסי , מיט ריזיגע ליידיגע שטחים צו בויען ניי געביידעס . ארימע איינוואונער פירן דורך פראטעסטן אין בארא פארק מען זאל זיי נישט העכערן די רענט . (ניו יארק טיימס )
אינטערנעט ביי חרדים טוישט היסטאריע : בעל חוב וואס האט אנגעזעצט אומשולדיגע ירושלים אינגעלייט אין פארלירן זייערע הייזער מיט פאלטשע אינוועסטמענט ווערט באשמוץט און אויסגעטאן נאקעט אויף בחדרי חרדים דורך איר מנהל ר' דוד ראטענבערג , כדי קיינער זאל נישט אריינפאלן נאכאמאל אין זיין נעץ . דאס אלעס נאכדעם וואס חרדישע צייטונגען דרוקן דוקא יא די נייעס און באריכטן וועגן דעם פרשה אבער פארהוילן די עיקר און שרייבן נישט קיין נעמען . (בח"ח )
התאחדות הרבנים מיט איסור קעגן נייע קאנסערוואטיווער הכשר וואס וועט מאניטירן עסענווארג קאמפאניס נישט צו באלעסטיקן זייערע ארבייטארער ; ר' איצא גליק האט פארבאטען די קאמפאניס אריינלאזן די ראבייס משגיחים אין זייערע פלענטס. (פארווארד )
א נקמה אין היטלער : נייער שטודיע צייגט, אידענטום אין אמעריקע ציילט שוין העכער 6 מיליאן נפשות . (פארווארד )
גענצליך נייער ווערסיע פון אידישער אנציקלאפידיע ארויסגעקומען, ווען זשורנאליסט פרעגט איינע פון די מחברים וואס פעלט דאס אויס היינט צוטאגס ווען וויקיפעדיע איז סיי ווי מער פאפולער ? איז דעם פראפעסערס ענטפער : וויקיפעדיע ווערט באלאנצירט צו זיין צו אביעקטיוו און נייטראל , אידן ברויכן א אנציקלאפידיע פון א בייעסד אידישען שטאנדפונקט געשריבן דורך בלויז אידן . (פארווארד )
פייער וואס האט פארלענדט אפאראטמענט קאמפלעקס אין סקווירא , און בלויז בדרך נס איז קיינער געשעידיגט, רופט צו חשבון הנפש פארוואס געשען אזויפיל פייערס און אנדערע סכנות דארטן? (זשורנאל ניוז )
אידישער טאטע מיט זיינע 2 קינדער אנגעקלאגט אין אינסיידער טרעידינג שווינדל . (זשורנאל ניוז )
לאטערי געווינער טיקעט פארקויפט אין בארא פארק געשעפט . (וואס איז נייעס )
שוועקי 'ס טעיפ "לשם שמים" איז שוין ענדליך דא אין די געשעפטן, חדשות אנש עולם הנגינה באשרייבט אן אנאליז איבערן טעיפ, און געבט ארויס אן עקסקלוסיוו אודיאו פון די אריגענעלע מוזיק אראנדזשירונגען רעקארדינג פונעם ניגון "טאטע". (עולם הנגינה )
א בליק אויפן באיאנער רבי שליט"א 'ס פאטער וואס איז פאריגע וואך נפטר געווארן. ווער איז די מאדערן ארטאדאקס משפחה לבית רוזשין ? וויאזוי ביידע קינדער פליען אין הימל ? און וויאזוי דער ישיבה אוניווערסיטעט לערער און אקעדעמיע אינטעלעקטואל האט מוותר געווען אויף די אדמו"רות און דאס איבערגעגעבן פאר זיין קליין קינד . אן איבערבליק אויף די ספרים לעבן און שאפן וואס איז ווייט פון חסידות אבער דאך נישט געווען קיין סתירה לגבי די כבוד וואס די חסידים האבן אים צוגעטיילט אלס נומער 2 אין באיאן . (הארץ )
שיכון סקווירא : ריזיגע פייער ברעכט אויס אינמיטן דער נאכט און פארברענט א גרויסן אפארטמענט הויז, 17 משפחות געבליבן אן א דאך.(האדסאן נייעס )
איין בילד מער פון טויזנט ווערטער : ר' משה אריה פרידמאן איז נישט געגט , דא איז געווען א בייזוויליגער ציוניסטישער פראפאגאנדע לשון הרע . (בחדרי חרדים )
הרב אלישיב מאכט פרום דעם בית הדין הגדול אין ארץ ישראל . (הארץ )
ניו יארק סיטי קאונסיל ספיקער , קריסטין קווין און נאך 10 קאנסיל מעמבערס לעבן איבער ראקעט אטאקע אויף די אייגענע הויט , ביי באזוך אין ארץ ישראל וויליזש שדרות , וואס שטייט אויס די סארט אטאקעס טעגליך . קיינער פון זיי איז געשעידיגט . (ניו יארק פאוסט )
איראן קאמיטעט וואס פארשט צי די חורבן אייראפע האט אמל פאסירט, זאגט צו אייראפע : געבט אונז די עדות אז עס איז פארגעקומען... (הארץ )
סענאטאר ר' יוסף ליבערמאן : אמעריקע ברויך ארויפלייגן א נייעם שטייער אויף אירע איינוואוינער, מיטן נאמען , מלחמה קעגן טעראר שטייער . (עי.בי.סי. )
ארץ ישראל : דאקטער געפינען ערמארדעט אין זיין קאר אויף טויט . (די מארקער )
בריטני ספירס אין אינטערוויאו מיט לערי קינג : איך לערן תורה מיט מיין אידישען מאן . (ען.עפ.סי. )
אגודת ישראל רופט צו באפרייען אידישען שפיאן , יונתן פאלאראד פון טורמע . (זשעי.טי.עי. )
אור שמח פארברייטערט זיך אין מאנסי . (זשעי.טי.עי. )
אשכנזישער הויפט רב , הרב יונה מעצגער , באגעגנט הינדו פירער אין אינדיע . (זשעי. פאוסט )
שכיר חרב מערדער וואס איז געדונגען געווארן דורך ראביי צו הארגענען זיין אייגן רעביצן איז זיך מתוודה פאר די מעדיע . (פאקס נייעס )
יאזעף געבעלס היים צו פארקויפן פאר 2 מיליאן דאלער . (ניו יארק סאן )
לעשאויטא ווערט נתנדב פון קהילה אין לאנג איילענד צו שדרות די געגענט אין ארץ ישראל וואס ווערט באהאגעלט יעדן טאג פון פאליסטינע ראקעטן פון עזה . (פייער רעסקיו )
אין א נייע מאדערן וועלט , ווי אלע געשעפטען ווערן איינגעשלינגן דורך טשעין סטארס , ווערט בי ענד עיטש פאטא דער אייגענארטיגער חסידישער געשעפט א ניו יארק אינסטעטוציע ווי טוריסטען און פראפעשאנאלס פון איבער די גארער וועלט באזוכן. (ניו יארק סאן )
וויליאמסבורג : פאסט ווערט פארגעזעצט צו דעליווערט ווערן אין 2 אפארטמענט געביידעס , נאך 2 טעג אפשטעל, צוליב דעם וואס פאסט טרעגער ווערט באגאנוועט . (דאבעליו.סי.בי.עס. )
צענזור אינעם ענגלישער וויקיפעדיע : ארטיקל איבער ר' שלמה קארילבאך ז"ל , פארהוילט אלע נעגאטיווע דעטאלן פון זיין שמוציגען באלעסטיגונג פון פרויען און מיידלעך . (דוד פון די.סי. )
רעוויאו אויף ניגון ביי ניגון פון נייע טעיפ פון אוהד ארויסגעגעבן דורך משה לויפער מיט קאמפאזיציעס בעיקר פון יאסי גרין און אויך פון פינקי וועבער . (בלאגמייסטער )
ביטערע פרעסט פלאגען ניו יארק אין די צפון שטעט . (עי.פי. )
איבער טויזענט נייע ים ספישיס אנדעקט. (אינדיפענדעט )
איבער הונדערט דיינעסאור אייער אנדעקט. (הינדאסטענטיימס )
אמעריקעס מידיע וועבסייטס אנטזאגן זיך צו לויפן אידישע עדווערטייזמענטס קעגן אכמאדיניזשאד . (זשעי. פאוסט )
טאלק ראדיאו פערזענליכקייט , מייקל סעוועדזש , טראכט פון לויפן פאר פרעזידענט . (ניזו מעקס )
געוועזענער ניו יארק סיטיס מעיאר , רודי זשוליאני , איז נענטער צו לויפן פאר פרעזידענט . (וויינעט )
וואלאובאוטער רבי שליט"א , ר' ישראל מענדל שווארץ איז זיך משתטח אויף קברי צדיק]]ים. (חדשות אנש )
מוסטער:Portal:Current events/2007 פֿעברואַר 3
ליסטע פון געשעענישן ביי מאנאט
2009 : יאנואר , פעברואר , מארץ ,
2007 : יאנואר , פעברואר , מארץ , אפריל , מיי , יוני , יולי , אויגוסט , סעפטעמבער , אקטאבער , נאוועמבער , דעצעמבער
2006 : יאנואר , פעברואר , מארץ , אפריל , מיי , יוני , יולי , אויגוסט , סעפטעמבער , אקטאבער , נאוועמבער , דעצעמבער