קוגל
From Wikipedia, the free encyclopedia
קוגל (ענגליש: pudding) אן עסנווארג, די אלגעמיינע קוגל איז דער "קארטאפל קוגל" און דער "לאָקשן קוגל".
מענטשן מיינען אז דאס ווארט "קוגל" שטאמט פון לשון קודש ווארט "כעיגול", וואס מיינט "אזוי ווי א רינג", וויבאלד די ארגינעלע קיגלעך זענען געפורעמט קיילעכדיג. אבער אין אמת'ן דאס איז אן אריגינאל יידיש ווארט וואס באדייט א זאך מיט דער צורה פון א באל, גלייך ווי דײַטש: Kugel.
פאראן צענדליקער אויב נישט הונדערטער סארטן קוגלען. קוגלען קענען זיין זיס, זאלציק, פארברענט, נאס, טרוקן, הויך, פלאטשיג, אדער סיי וועלעכע אנדערע פארעם. קוגלעך ווערן געמאכט פון פארשיידענע סארטן עסנווארג.
קוגלעך קענען צוטיילט ווערן אין עטליכע משפחות.