אסטערויד

From Wikipedia, the free encyclopedia

אסטערויד
Remove ads

אסטערוידן זיינען קליינע קערפער אין דער זון סיסטעם וואס פאלן אריין אין דער וועלט פונעם קאסמאס.

Thumb
253 Mathilde

ווען אן אסטערויד אדער א מעטעארויד (דאס איז אן אסטערויד קלענער פון 1 מעטער) קומט אריין אין אטמאספער ווערט ער פארברענט דורך די היץ וואס עס שאפט, אבער צו מאל קען זיך טרעפן אז עס בלייבט איבער א "קליין שטיקל", דאס הייסט א קליין חלק דערפון, אבער גענוג גרויס אנצומאכן חורבנות, אזוי ווי עס האט פאסירט אין רוסלאנד מיט 100 יאר צוריק חרוב מאכנדיג גאנצעטע וועלדער.


Remove ads

אנטפלעקונג

Thumb
די ערשטע צען אסטערוידן וואס מען האט אנטפלעקט, אין פארגלייך צו דער לבנה
Thumb
243 Ida and its moon Dactyl. Dactyl is the first satellite of an asteroid to be discovered.

דער ערשטער אסטערויד וואס מען האט אנפלעקט, צערעס, האט מען געקלערט צו זיין א נייער פלאנעט.[הערה 1] דערנאך האט מען אנטפלעקט נאך ענלעכע קערפערס, וואס מען האט דעמאלסט געמיינט אז זיי זענען ליכטפונקטן, ווי שטערן, אבער קלאר נישט שטערן צוליב זייערע באוועגונגען. צוליב דעם האט דער אסטראנאם סיר וויליאם הערשל פארגעשטלעט דעם טערמין "אסטערויד",[4] אויף גריכיש: ἀστεροειδής, וואס באדייט ׳אזוי ווי א שטערן', און גענומען פון אוראלט גריכיש ἀστήρ אסטער 'שטערן, פלאנעט'. אין דעם אנהייב פונעם צווייטן העלפט פונעם ניינצנטן יארהונדערט, האט מען נאך געניצט די טערמינען "אסטערויד" און "פלאנעט" גלייך. [הערה 2]

איבערבליק פון אנטפלעקונג צייטליניע:[5]

  • 10 ביז 1849
    • 1 צערעס, 1801
    • 2 פאלאס – 1802
    • 3 דזשונא – 1804
    • 4 וועסטא – 1807
    • 5 אסטראעא – 1845
    • אין 1846, האט מען אנטפלעקט דעם פלאנעט נעפטון[6]
    • 6 העבע – יולי 1847
    • 7 איריס – אויגוסט 1847
    • 8 פלארא – אקטאבער 1847
    • 9 מעטיס – 25 אפריל 1848
    • 10 היגיעא – 12 אפריל 1849 צענטער אסטערויד אנטפלעקט
Remove ads

הערות

  1. צערעס איז דער גרעסטער אסטערויד, און ווערט היינט קלאסיפיצירט ווי א קארליק-פלאנעט. אלע אנדערע אסטערוידן ווערן היינט קלאסיפיצירט ווי קליינע זונסיסטעם קערפערס, צוזאמען מיט קאמעטן, צענטארן און די קלענערע טראנס-נעפטון אביעקטן.
  2. צום ביישפיל, the Annual of Scientific Discovery for 1871, quote, p. 316: "Professor J. Watson has been awarded by the Paris Academy of Sciences, the astronomical prize, Lalande foundation, for the discovery of eight new asteroids in one year. The planet Lydia (No. 110), discovered by M. Borelly at the Marseilles Observatory [...] M. Borelly had previously discovered two planets bearing the numbers 91 and 99 in the system of asteroids revolving between Mars and Jupiter".
Remove ads

רעפערענצן

Loading related searches...

Wikiwand - on

Seamless Wikipedia browsing. On steroids.

Remove ads