יצחק אייזיק אייכנשטיין

From Wikipedia, the free encyclopedia

Remove ads

רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין זצ"ל (ה'תקס"ה - ט' סיון ה'תרל"ג), פון זידיטשוב, גאליציע. באקאנט אלס רבי אייזיקל זידיטשובער, דער מהרי"א.

דער ארטיקל דיסקוטירט דעם רבי אייזיקל זידיטשובער, דער מהרי"א פון זידיטשוב. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט יצחק אייזיק אייכנשטיין (באדייטן).

אפשטאם

רבי יצחק אייזיק איז געבוירן אין יאר ה'תקס"ה, אן איינציגער זון צו זיין פאטער, הרב ישכר בעריש אייכנשטיין פון זידיטשוב, דער פערטער זון פון הרב יצחק אייזיק אייכנשטיין פון סאפרין. און צו זיין מוטער מרת עטיא א טאכטער פון הרב אליהו לעווינגער .

רבי יצחק אייזיק איז געבוירן געווארן פון א ברכה פון רבי מענדעלע פון רימאנאוו, וועלכער האט געזאגט אויף אים אז ער וועט באלייכטן די וועלט.

רבנות

פון קליינערהייט האט מען שוין געקענט זעהן אז רבי יצחק אייזיק וועט זיין א העכערער מענטש, ער האט געלערנט ביי זיינע פעטער'ס דער עטרת צבי און ביי רבי משה פון סאמבור, ער איז געווען קלאר אין ש"ס און מדרשים, זוהר און כתבי האר"י.

רבי יצחק אייזיק האט פארציילט אז ער האט געלערנט דעם ספר פרי עץ חיים הונדערט און איין מאל.

נאך די פטירה פון זיין שוועסטער-קינד רבי יהודה צבי הירש אייכנשטיין האבן די חסידים אויפגענומען רבי יצחק אייזיק אלס רבי פון זידיטשוב

Remove ads

הסתלקות

רבי יצחק אייזיק איז נפטר געווארן אין ט' סיון ה'תרל"ג

פאמיליע

זיינע קינדער:

Remove ads

זיינע ספרים

  • פירוש מהרי"א - מדרש רבה
  • לקוטי תורה
  • לקוטי מהרי"א - ילקוט שמעוני

רעפערענצן

Loading related searches...

Wikiwand - on

Seamless Wikipedia browsing. On steroids.

Remove ads