מרדכי שטיין

פאלטיטשאנער רבי From Wikipedia, the free encyclopedia

מרדכי שטיין
Remove ads

רבי מרדכי שטיין (רבי מאטל שטיין, י"ג אדר תש"א – כ"א ניסן תשפ"ה), איז געווען דער פאלטיטשאנער רב אין בארא פארק.

נאך אינפארמאציע רבי מרדכי שטיין ...
Remove ads

ביאגראפיע

רבי מרדכי איז געבוירן געווארן י"ג אדר תש"א צו זיין פאטער, רבי ישראל אברהם שטיין, דער פריערדיגער פאלטיטשאנער רב, וואס האט געוואוינט אין בענסאנהורסט, ניו יארק.

רבי מרדכי האט געלערנט אין דער וויזשניצער ישיבה אין שיכון וויזניץ, בני ברק, וואו ער איז געווען זייער נאנט צו זיין רבי, רבי חיים מאיר האגער פון וויזשניץ.

כאטש ער איז געווען אנהייב פון די אזוי־גערופענע מורדים, האט ער אבער 'אפיציעל' איבערגעבעטן זיין רבי'ן, און זיך שפעטער צוגעשארט צו מאנסי-ווישניץ און די עקסטרעמע סאטמארער רייען.

רבי מרדכי האט געהייראט א טאכטער פון רבי יוסף מאיר כהנא פון ספינקא.

ר' מרדכי איז געווען ראש ישיבה אין דער סאטמארער ישיבה גדולה פון בערך תשל"ח ביז תשמ"א. אבער ווען רבי יואל איז אוועק האט די משפחה צוביסלעך אפגעהאקט מיט סאטמאר, רבי מרדכי איז היינט א וויזשניץ מאנסי'ער חסיד.

ר' מרדכי, אזוי ווי זיין פאטער, איז א שטארקער סימפאטיקער צו בני יואל און האט נישט געהאט קיין שום קשר מיטן פריערדיקן סאטמארער רבי, ר' משה טייטלבוים, און זיין נאכפאלגער רבי אהרן טייטלבוים.

ביי דער סאטמארער מחלוקה צווישן ר' אהרן און ר' זלמן לייב, האט זיך ר' מרדכי צוגעשטעלט צו ר' זלמן לייב, פונקט ווי אסאך קעגנערס פון ר' משה. תשס"ו האט זיין איידעם זיך משדך געווען מיט רבי זלמן לייב.

ר' מרדכי איז געווען א ווארימער רעדנער און זייער א חסידישער איד, און איז אנערקענט אלס איינער פון די אנגעזעהנע רבי'ס.

רבי מרדכי איז געווען שטארק מקושר צו זיין רבי און קרוב, רבי מרדכי פון וויזנשיץ-מאנסי.

Remove ads
Loading related searches...

Wikiwand - on

Seamless Wikipedia browsing. On steroids.

Remove ads