![cover image](https://wikiwandv2-19431.kxcdn.com/_next/image?url=https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/2/25/Elahiyeh.jpg/640px-Elahiyeh.jpg&w=640&q=50)
איראן
לאנד אין מערב אזיע / From Wikipedia, the free encyclopedia
איראַן (פּערסיש: ایران), פריער באוואוסט מיטן נאמען פערסיע, אפיציעל די איסלאַמישע רעפובליק פון איראַן, איז א לאנד אין מערב אזיע. איראן איז אן איסלאמיש לאנד, אויף דער שיאיטישער שטרעמונג פון איסלאם. זײַן הױפּטשטאָט איז טעהראן.
![Thumb image](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/2/25/Elahiyeh.jpg/320px-Elahiyeh.jpg)
איסלאַמישע רעפובליק פון איראַן | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: مهر خاوران (מעהר ע כאַוואַראַן) "די מזרחדיקע זון" | |||||
![]() | |||||
קאָנטינענט | אזיע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | פערסיש | ||||
הויפּטשטאָט | טעהראן 35°41′N 51°25′E | ||||
רעגירונג | |||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
כאסאן ראכאני | ||||
גרינדונג דאַטום |
|||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
1,648,195 קוואַדראַט ק"מ 17ט 0.7 | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
78,192,200 (2013) 17ט 48 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $1.284 טריליאן (17ט) | ||||
וואַלוטע | ריאל IRR | ||||
צײַט זאָנע | UTC+3:30 | ||||
אינטערנעט דאָמען | ir. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 98+ | ||||
איראן גרעניצט זיך מיט איראק און טערקיי אין מערב, מיט ארמעניע און אזערביידזשאן אין צפון־מערב, מיט קאזאכסטאן און רוסלאנד איבערן קאספישן ים, מיט טורקמעניסטאן אין צפון־מזרח, מיט אפגאניסטאן און פאקיסטאן פון מזרח, און אין דרום מיטן פערסישן איינגאס. מיט א שטח פון 1,648,195 קוואדראט ק"מ, איז איראן דאס צווייטע גרעסטע לאנד אינעם מיטל־מזרח און דאס 17ט גרעסטע אין דער וועלט.
מער ווי 78 מיליאן מענטשן וואוינען אין איראן, דאס 17ט מערסט באפעלקערטע לאנד אין דער וועלט.
איראן פארמאגט גאר אסאך נאטירלעכע אוצרות פון אויל קוואלן און ריזיגע זאפאסן פון נאטורליכן גאז, איראן פארמאגט אויך אסאך מינעראל מינעס. איראן איז די היים פון איינער פון דער וועלט'ס עלטסטע ציוויליזאציעס. די איראנישע מעדן האבן פאראייניגט דעם שטח אין אן אימפעריע בערך אין די ג'ש' יארן. איראן האט דערגרייכט דעם שפיץ פון זיין מאכט ביי דער אכאמענישער אימפעריע (די ערשטע פערסישע אימפעריע) אונטער כורש אין די ג'ת' יארן. די אימפעריע איז געווען שפרייט פון די באלקאן לענדער אין מערב ביזן אינדוס טאל אין מזרח, די גרעסטע אימפעריע אין דער וועלט. די אימפעריע איז איינגעפאלן נאך די מלחמות מיט אלעקסאנדער דער גרויסער.
שפעטער זענען געקומען די פארטישע אימפעריע, און דערנאך די סאסאנישע אימפעריע, ווען איראן איז ווידער אמאל געווארן איינער פו די פירנדע אימפעריעס פון דער וועלט, צוזאמען מיט דער ביזאנטישער אימפעריע.
אין יאר 622 האבן ראשידון מוסולמענער אינוואדירט פערסיע, און ביז 651 האבן זיי איינגענומען דאס לאנד, און האבן געענדערט די רעליגיע פון זאראאסטריזם צו איסלאם. דערנאך האט איראן געשפילט א גרויסע ראלע אין דער איסלאמישער גאלדענער תקופה און האט פראדוצירט א סך באאיינפלוסלעכע וויסנשאפטלער, געלערנטער, קינסטלער און דענקער. אין 1501 האט אנגעהויבן די סאפאווישע דינאסטיע, וואס האט פראמאווירט שיא איסלאם ווי די אפיציעלע רעליגיע.
אין 1906 איז געגרינדעט געווארן פערסיע'ס ערשטער פארלאמענט אונטער א קאנסטיטונאציאנעלער מאנארכיע. דעם 1טן אפריל 1979 האט די איראנישע רעוואלוציע אויפגעשטעלט אן איסלאמישע רעפובליק.
די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט אין לאנד איז טעהראן, וואס דינט ווי דער קולטורעלער, קאמערציעלער און אינדוסטריעלער צענטער פונעם פאלק.
די אפיציעלע שפראך איז פערסיש, און די וואלוטע איז דער איראנישער ריאל.
איראן איז געווארן א מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער אין 1945, און איז אויך א מיטגליד אין דער אפעק ארגאניזאציע.