גבעתיים
From Wikipedia, the free encyclopedia
גבעתיים איז אַ שטאָט אין דער תל אביב ראיאן אין ישראל, מזרח פון תל־אביב. גבעתיים גרענעצט רמת גן און תל אביב. ער איז א טייל פון דעם מעטראָפּאָליטאַנישן געגנט דערקענט ווי גוש דן. גבעתיים איז געגרינדעט אין 1922 דורך פיאנערן פון דער צווייטער עליה. אין 1959 איז ער געווארן א שטאָט. ער האט אַ באַפעלקערונג פון 53,700.
נאך אינפארמאציע גבעתיים ...
|
פארמאכן
דער נאָמען "גבעתיים" איז טייטש צוויי בערגלעך, אויף וואָס די שטאט איז געווען געבויט געווארן אין אנהייב, קאזלאווסקי בערגל און באראכאוו בערגל. קאָזלאָווסקי איז דאס העכסטע בערגל אין דעם גוש דן געגנט, 85 מעטער העכער פונעם ים־שפיגל. די שטאָט האט זיך פארברייטער אין די 1930ער יארן אַזוי אז הייַנט איז ער פאקטיש פלאצירט אויף דריי בערגלעך—באָראָכאָוו, קאָזלאָווסקי און רמב"ם.