דוב בער פון מעזריטש
From Wikipedia, the free encyclopedia
ר' דוב בער פון מעזריטש, באקאנט ביי חסידים אלץ דער מעזריטשער מגיד אדער דער גרויסער מגיד אדער דער רבי ר' בער, האט איבערגענומען דער הנהגה איבער די חסידים נאך דער פטירה פון בעש"ט אין ה'תק"ך-1760. ער איז געבוירן געווארן אין יאהר ה'ת"ס צו זיינע עלטערן אברהם און שרה אין דער שטאט לאָקאַטש, װאָלין. פון אנהייב איז ער גיווען א מלמד און שפעטער געווארן א מגיד אין קאָרעץ און דאָבנאָ. ער האט געפירט די רביסטעווע אין מעזריטש און ראוונע ער איז נסתלק געווארן אין אניפולי י"ט כסלו ה'תקל"ג (1772).
געבורט |
1704 וואהלין |
---|---|
טויט |
15 דעצעמבער 1772 (אלט 68 בערך) אַנעפּאָליע, פויליש-ליטווישע קאמאנוועלט |
קבורה ארט | אַנעפּאָליע |
פאך | רב |
אונטערשריפט | |
דער אַרטיקל איז אַ יתום, ווייל ווייניק אָדער קיין אַרטיקלען פאַרבינדן צו אים. זייט אַזוי גוט שאַפט לינקען צו דעם בלאַט פון אַרטיקלען וואָס האָבן אַ שייכות; ס׳איז פאַראַן פאָרשלאָגן. |
דער מגיד איז געווען גאר גרויס אין נגלה און אין נסתר נאך סאך פאר ער איז געפארן צום הייליגן בעל שם טוב, דער רבי פון קאמארנע פארציילט אז ער האט געקענט זיבען הונדערט ספרים פון קבלה פאר ער איז געווען ביים בעש"ט, אין ספר שבחי בעל שם טוב שטייט, אז ווען ער איז דער ערשטער מאהל געקומען צום בעל שם, האט דער בעל שם טוב געזאגט: עס איז צו מיר געקומען א קאסטן מיט ליכט, איך האב זיי נאר געדארפט אנצינדען.