From Wikipedia, the free encyclopedia
דער דוניי (דײַטש: Donau, סלאוואקיש און פויליש Dunaj, אונגאריש Duna, רומעניש Dunărea, טערקיש Tuna, אור-אלטע גריכיש Istros, קראאטיש Dunav, סערביש Дунав/Dunav, בולגאריש Дунав, אוקרייניש Дунай) איז דער לענגסטער טײַך אינעם אייראפעישן פארבאנד און (נאכן וואלגא) דער צווייטער לענגסטער טײַך אין גאנץ אייראפע.
לאקאציע | |
---|---|
לענדער | דייטשלאנד, עסטרייך, סלאוואקיי, אונגארן, קראאטיע, סערביע, רומעניע, בולגאריע, מאלדאווע, אוקראינע |
אייגנשאַפֿטן | |
לענג | 2,850 קילאמעטער |
קוואל | שווארצוואלד |
הייך פון קוואל | 1,078 מעטער |
דורכשניטלעכער אויסגאס | 5,433 קובישע מעטער א סעקונדע |
דרענאזש בעקן | 801,463 קוואדראט קילאמעטער |
לעפצונג | שווארצער ים |
לענדער אין דרענאזש בעקן | דייטשלאנד |
ער הייבט אן אינעם שווארצוואלד אין דייטשלאנד אלס די קליינע בריגאך און ברעג טײַכן וואס קומען צוזאמען אין דער שטאט דוניישינגען, נאכער הייסט ער דער דוניי וואס פֿליסט צו מזרח במשך 2850 ק"מ (1771 מייל), אדורכגייענדיג עטלעכע הויפטשטעט אין צענטראלער און מזרח אייראפע, איידער ער גיסט ארײַן אינעם שווארצן ים דורך דער דוניי דעלטע אין רומעניע און אוקראינע. אין היסטאריע איז ער באקאנט אלס א גרענעץ פון דער רוימישער אימפעריע.
דער טײַך פליסט אדורך — אדער גרענעצט — צען לענדער: דייטשלאנד (7.5%), עסטרייך (10.3%), סלאוואקיי (5.8%), אונגארן (11.7%), קראאטיע (4.5%), סערביע (10.3%), רומעניע (28.9%), בולגאריע (5.2%), מאלדאווע (1.7%) און אוקראינע (3.8%).
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.