וויזשניץ (הויף)
From Wikipedia, the free encyclopedia
וויזשניץ אין בוקאווינא, אמאל אין רומעניע, היינט אין אוקראינע, איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, וואס דארט האט געוואוינט רבי מענדיל האגער זצ"ל באקאנט אלץ "דער צמח צדיק", דער גרינדער פון דער וויזשניצער דינאסטיע, אן אפצווייג פון דער קאסאווער דינאסטיע.
וויזשניץ איז היינט איינע פון די גרעסטע חסידות'ן, מיט אומגעפער צען טויזנט משפחות צווישן די פארשידענע וויזשניצער הויפן, די גרעסטע און צענטראלע הויפטקווארטירט אין קרית וויזשניץ, בני ברק און ציילט אפ אומגעפער 3,500 משפחות. דער היינטיגער רבי איז רבי ישראל האגער, דער עלטערער זון פונעם פריערדיגן רבי׳ן רבי משה יהושע, דער ״ישועת משה״.
דערצו איז פאראן א הויף אונטער דעם נאמען "מרכז חסידי וויזשניץ" וואס געפינט זיך אויף עזרא גאס, אונטער דער פירערשאפט פון רבי מענדיל האגער. אנדערע אפצווייגן פון דער וויזשניצער חסידות זענען: וויזשניץ מאנסי, וואס רעכנט אומגעפער 2,000 משפחות, סערעט וויזשניץ און "שאץ וויזשניץ״ אין חיפה. אזוי אויך זענען פאראן נאך א פאר קליינע הויפן וואס שטאמען פון דעם וויזשניצער גזע אזוי ווי ווישאווא, אנטאניא, דזשיקאוו וויזשניץ, און קאסאוו וויזשניץ.