![cover image](https://wikiwandv2-19431.kxcdn.com/_next/image?url=https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/d/dc/Hebron_yeshiva_1.jpg/640px-Hebron_yeshiva_1.jpg&w=640&q=50)
חרדים
From Wikipedia, the free encyclopedia
חרדים אדער חרדישע יידן איז א שטרעמונג אינערהאלב דעם ארטקדאקסישן יידנטום וואס ענטהאלט סיי ליטווישע און סיי חסידים. רוב פון זיי גייען מיט שווארצע היט און רעקל. זיי גייען נישט אין קאלעזש, און זענען נאר אקטיוו רוב בדרך כלל אין ביזנעס וואס איז נישט קיין פראפעשנאל און מען דארף נישט האבן קיין גוי'שען חינוך. פארשטייט זיך אז עס דא אויסנאמען.
![Thumb image](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/d/dc/Hebron_yeshiva_1.jpg/320px-Hebron_yeshiva_1.jpg)
חרדים זיינען רעליגיעזע אידן וואס האבן די פאלגנדע כאראקטעריסטן:
- פירן זיך שטריינג לויט דער הלכה.
- שטעלן תורה אלס א הויפט ראלע אין זייער לעבן.
- הערן צו דעם פסק פון די רבנים.
- אפט גייען זיי אנגעטאן מיט א ווייסע בלוסקע א שווארצע רעקל מיט א היט.
![Thumb image](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/yi/thumb/9/96/Haredi_Judaism.jpg/320px-Haredi_Judaism.jpg)
אלע פרומע תורה ארטאדאקסישע אידן וואס גייען אנגעטאן מיט א קאפל ווערן גערופן פרומע אידן, אדער ארטאדאקסישע אידן. אין קאנטראסט צו די פרומע אידן וואס גייען נישט היט בארד און פיאות.
די הויפט צענטערס פון חרדישע יידן זענען אין ישראל (ספעציעל אין בני ברק, ירושלים, אשדוד, בית שמש און חיפה), אין די פאראייניגטע שטאטן (בפרט אין ניו יארק און ניו דזשערסי), בעלגיע, בריטאניע און פראנקרייך.