טיי
געטראנק / From Wikipedia, the free encyclopedia
טיי איז א געטראנק וואס מען טרינקט איבער דער גארער וועלט. טיי ווערט געמאכט דורך ווייקן די געטרוקנטע בלעטער אדער בלומען פון דעם פלאנץ קאמעליע סינענסיס (Camellia sinensis) אין קאכעדיק וואסער. מען קען אריינגעבן אין טיי אנדערע געווירצן אדער אראמאטן פון פירות, למשל לימענע.
מען ניצט אויך דאס ווארט "טיי" פאר אנדערע געטראנקען געמאכט דורך ווייקן אויבסטן אדער געווירצן אין הייס וואסער, למשל "קאמאמיל טיי".