כרמיאל
From Wikipedia, the free encyclopedia
כרמיאל איז א שטאט אין צפון דיסטריקט אין ישראל, אין צענטראלן גליל. ער געפונט זיך דרום פון שאסיי 85 עכו-צפת, די שטאט געפונט זיך צווישן דעם אונטער גליל און אויבער גליל, די געגנט ווערט גערופן די "בית הכרם טאל".
|
כרמיאל איז אויפגעשטעלט געווארן אין יאר 1964, מיטן פלאן אויפצושטעלן א יידישע שטאט, וואס וועט אפהאקן די פארשפרייטונג פון אראבישע שטעט אין צפון, ישראל האט דעריבער אנעקסירט גרויסע שטרעקעס פון לאנד פון די ארומיקע אראבישע שטעט, דיר על אסאד, מאדזשדאל קורום, נאכעף, און באאנע. די שטאט איז געווארן פלאנירט ביזן לעצטן דעטאל, און נאכדעם האט מען עס אויפגעשטעלט. אין 1976 זענען נאך שטרעקעס אריינגערעכנט געווארן אין שטאט, וואס האט געפירט צו ראיאטן, וואס זענען גערופן געווארן "ערד טאג".
אין 1986, איז כרמיאל אנערקענט געווארן אלס שטאט. אין די 1990ער יארן זענען אסאך עולים פון רוסלאנד, אנגעקומען וווינען אין דער שטאט. אין יאר 2000, נאכן ריקצוג פון צה"ל פון דער זיכערהייט זאנע, אין דרום לבנון, זענען צד"ל זעלנער וואס זענען אריבער קיין ישראל, געקומען וווינען אין שטאט.
אין יאר 2006 ביי דער צווייטער לבנונישער מלחמה, האבן קאטיושא ראקעטן געטראפן דעם שטאט, און פאראורזאכט שאדענס, און שאקירטע ציווילע וואס האבן געדארפט אריבערגיין מעדיצינישע הילף. דאס איז געקומען נאכן איינרעדעניש, אז די הויכע גליל בערג וואס געפונען זיך צפון פון שטאט, וועלן באשיצן די שטאט פון ראקעטעס, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אלס אומריכטיק.
לויטן צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, ריכטיק פאר 2009, שטייט די באפעלקערונג ביי 44,800 איינוווינער.
כרמיאל האט מערערע געשעפטן און קאמערץ צענטערן, און אינדוסטריעלע זאנעס. דער בירגערמייסטער איז עדי אלדר זייט 1989.
גרויס אינדוסטריעלע געגנט פון שטאָט מיט אַ גרויס נומער פון פאבריקן און וואַרשטאַטן. די פּלאַסטיק פֿאַבריק "קרוין", טיילערז "דעלטאַ" און די מעטאַל פאַבריק "ליכט" זענען עטלעכע פון די מערסט נאָוטאַבאַל קאַסעס.