ניו יארק סיטי
שטאט / From Wikipedia, the free encyclopedia
ניו־יאָרק (ענגליש: New York City) איז די סאַמע באוואוינסטע שטאָט אין די פאראייניקטע שטאטן און דער צענטער פונעם ניו יארק מעטראפאליטען שטח. זי געפינט זיך אין דעם שטאַט ניו יארק און האט א באפעלקרונג פון 8.8 מיליאן. איר גרויסקייט און שטח איז 321 קוואדראט מייל זייענדיג דעריבער די מערסטע געדיכט באוואוינטע שטאָט אין צפון־אמעריקע. די שטאָט איז אויך די גרעסטע יידישער שטאָט־ישוב אין דער יידישער געשיכטע; מיט לערך 1.6 מיליאן יידן; דער באַדייטנסטער יידישער צענטער.
ניו יארק איז א וויכטיקער צענטער פון אינטערנאציאנאלער דעמאקראטיע, און ווערט אמאל גערופן די קולטורלערע און פינאנציעלע הויפטשטאט פון דער וועלט.
די שטאָט ליגט אויף איינעם פון דער וועלטס גרעסטע נאטירלעכע האוונס, און אנטהאלט די פינף באראס: מאנהעטן, ברוקלין, בראנקס, סטעטן איילענד און קווינס, וואס זענען פאראייניגט געווארן אין איין שטאט אין יאר 1898.
די שטאָט פון ניו יארק שטאמט פון דער גרינדונג אין 1624 פון א האַנדלארט אין לאוער מאנהעטען דורך קאלאניסטן פון דער האלענדישער רעפובליק. אין 1626 האט מען אים געגעבן דעם נאמען ניי אמסטערדאם.[1] די שטאט מיט אירע ארומיגע ערטער זענען געקומען אונטער ענגלישער הערשאפט אין 1664.[1][2][3] ניו יארק איז געווען די הויפטשטאט פון די פאראייניגטע שטאַטן פון 1785 ביז 1790.[4] זי די גרעסטע שטאט אין לאנד זייט 1790.[5] די סטאטוע פון ליבערטי האט באגריסט מיליאנען אימיגראנטן ווען זיי זענען אנגעקומען אין שיפן אין אמעריקע ביים סוף פונעם 19טן און אנהייב 20סטן יארהונדערטער[6] און איז א סימבאל פון די פאראייניגטע שטאטן און זיין דעמאקראטיע.[7] אינעם 21סטן יארהונדערט איז ניו יארק ארויסגעקומען ווי א גלאבלן פונקט פון שעפעריי און פירנעמערשאפט,[8] סאציאלן טאלעראנץ,[9] און סביבה׳דיקער אויסהאלטונג.[10][11]
נישט אריינגערעכענט דער ריזן שטח פון גאנץ אפסטעיט און לאנג איילענד, וואס דאס הייסט די סאבארב'ס.
ניו יארק איז די לינגוויסטיש מערטס פארשיידנדיקע שטאָט אין דער וועלט; מען רעדט דארט 800 שפראכן.