ספר מלכים
From Wikipedia, the free encyclopedia
ספר מלכים איז דער פערטער באנד אין תנ"ך פון די "נביאים ראשונים". דער ספר הייסט מלכים וויבאלד עס רעדט ארום די אלע אידישע מלכים, פון דער קעניג שלמה המלך (וואס האט געקעניגט נאך זיין טאטן דוד המלך) ביז צדקיהו דער לעצטער קעניג פון מלכות בית דוד פארן חורבן בית ראשון (ג'של"ח). דער ספר פארטוט זיך סיי מיט מלכי יהודה און סיי מיט מלכי ישראל.
דער ספר איז געשריבן געווארן סוביעקטיוו פון א רעליגיע אויסבליק, וואס באשולדיקט אלע געפאר־פאסירונגען צו די זינד פון די אידן פאר גאט. אויך איז דער ספר פּרָא מלכות יהודה און אנטקעגן מלכות ישראל.
די הויפט טעמעס אין דער ספר ערקלערט:
- פארוואס האט זיך מלכות ישראל צעטיילט פון מלכות יהודה.
- וועלכע קיסרים האבן געקעניגט אין מלכות יהודה און וועלכע אין מלכות ישראל.
- ווי אזוי איז חרב געווארן מלכות יהודה און מלכות ישראל.