סצענאר שרייבער
From Wikipedia, the free encyclopedia
א סצענאַר־שרייבער איז דער וואס שרייבט סצענעס פאר פילמען אדער פאר טעלעוויזיע פראגראמען.
דאס איז א באזונדערער חוש, וואס ניצט אסאך פונעם שרייבער'ס חוש אויף מחשבה און פאנטאזיע, אויסצוטראכטן אלע דעטאלן וויאזוי עס דארף אויסצוקוקן עווענטועל, דאס פארקומענדע פילם אויסשטעל, צו פארשטעלונג.
אן א געלונגענן סצענאר־שרייבער, איז קיין פילם אדער קיין שום פראגראם נישט פארהאנען, דאס איז די נשמה און שדרה ביין פונעם פראגראם, אז ס'איז גוט געשריבן, איז דאס גאנצע שפיל א געוואלדיגע סוקסעס.
די וועג וויאזוי מ'שרייבט א סקריפט, איז פארהאנען עטליכע סארטן:
איבערשרייבן פון א געשריבענעם בוך ערציילונג.
איבערארבייטן היסטאריע אין פארעם פון א פילם, אדער בינע פארשטעלונג.
באשאפן א גאנץ פרישע געשיכטע, וואס דאס ניצט א געוואלדיגע קראפט פון חוש און פאנטאזיע צוגלייך.
היינטיגע סצענאר שרייבער:
אמאליגע סצענאר שרייבער:
- דוד בערגעלסאן
- משה בראדערזאן
- לודוביק ברוקשטיין
- שמואל ניסן גאדינער
- אברהם בער גוטליבער
- מ. דניאל
- פרץ הירשביין
- פאליק האלפרין
- מיכאל ווייכערט
- אלף כץ
- ה. לייוויק
- זישע לאנדא
- לייב מלאך
- הערש דוד נאָמבערג
- דוד פינסקי
- אהרן צייטלין
- משה קולבאק
- אלטער קאציזנע
- אקירא קוראסאווא
- אברהם רייזען
- יעקב שטיינבערג
- אליעזר שינדלער
- שמ"ר
- אביגדור שפריצער