פסח
From Wikipedia, the free encyclopedia
פסח איז א יידישער יום טוב וואס שטאמט פון דער תורה, דער יום טוב ווערט געפייערט י"ד ניסן במשך זיבן אדער אכט טעג צו דערמאנען און זיך אויפרישען די נסים און נפלאות וואס די יידישע פאלק האט איבערגעלעבט ביי יציאת מצרים.
דער אַרטיקל איז אַ יתום, ווייל ווייניק אָדער קיין אַרטיקלען פאַרבינדן צו אים. זייט אַזוי גוט שאַפט לינקען צו דעם בלאַט פון אַרטיקלען וואָס האָבן אַ שייכות; ס׳איז פאַראַן פאָרשלאָגן. |
פסח ווערט באצייכנט מיט דריי עיקר מצוות:
מען רופט דעם יום-טוב "פסח" אין אנדעק פון דעם קרבן פסח וואס מען האט מקריב געווען י"ד ניסן ווען כלל ישראל האט עולה רגל געווען אין די מאסן אויף מארגן קיין ירושלים צו בראטן דעם קרבן פסח ווען דער בית המקדש איז נאך געשטאנען.
פסח שטאמט פון די לשון "איבערגעהיפט" דאנקענדיג די באשפער אז ער האט נאר געהארגעט די בכורים פון די מצרים און נישט די יידישע בכורים.
דער נאמען פון דעם יו"ט, פסח טוט סימבאליזירן די וויכטיגקייט און גרויסקייט פון די צייט, וואס ווערט פארנוצט פון עלטערן אלס א יו"ט פון חינוך, צו פארציילן און מחנך זיין זייערע קינדער, פארוואס און פארווען פונקטליך האט דער באשעפער איבערגעהיפט אלעס און אלעמען כדי זיך צו באשעפטיגען מיט זיינע געליבטע קינדער דעם עם ישראל.
אפילו די קלוגסטע לייט פון דאס יידישע פאלק קאכן זיך אין די מאמענטן צו דערפרישן די יסודות פון זייער אמונה און רעליגיע וואס איז באזירט אויף זכר ליציאת מצרים, וואס יענעם גורלדיגען מינוט זענען זיי געווארן אויסדערוועלט. דער באשעפער האט זיי ארויסגענומען פון פארשקלאפטקייט פון צווישן אנדערע גוים, און געשטעלט אין גאנג צו ווערן געפירט צו זייער אייגן לאנד און נאציאן מיט א מיסיע און לעבן העכער און הייליגער פון אלע פעלקער פון די וועלט.