די דעמאקראטישע רעפובליק פון וויעטנאַם (וויעטנאמעזיש: Việt Nam Dân chủ Cộng hoà), באוואוסט מיטן נאמען צפון וויעטנאַם, איז פראקלאמירט געווארן דורך הא טשי מין שטאט אין האנוי דעם 2טן סעפטעמבער 1945. צפון וויעטנאַם האט איינגעשלאסן די פראווינצן טוקין און אנאם, וואס זענען פריער געווען א טייל פון פראנצויזישע אינדא־כינע. אין 1954 איז די טעריטאריע געווען צעטיילט אפיציעל און צפון וויעטנאם איז געווען אונטער א קאמוניסטישער הערשאפט וואס האט געפירט דעם וויעטנאם קריג מיט דרום וויעטנאם.

Thumb
פאן פון צפון וויעטנאם
Thumb
מאפע פון צפון וויעטנאם

אין 1976 צפון וויעטנאם האט פאראייניגט מיט דרום וויעטנאם צו שאפן דאס לאנד וויעטנאם.

צפון וויעטנאם האט באדעקט א שטח פון 157,880 קוואדראט ק"מ און געהאט א באפעלקערונג פון 13 מיליאן מענטשן אין 1959.

די הויפטשטאט איז געווען האנוי.

Wikiwand in your browser!

Seamless Wikipedia browsing. On steroids.

Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.

Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.