קאליפארניע
From Wikipedia, the free encyclopedia
קאַליפארניע איז איינע פון די פופציג שטאטן פון אמעריקע. איר הויפטשטאט איז סאקראמענטא.
עס געפונט זיך מער צו מערב זייט לעבן דער גרענעץ פון מעקסיקא און בעיקר לעבן די וואסערן פון פאציפישן אקעאן.
פון אירע גרויסע באקאנטע שטעט זענען לאס אנדזשעלעס, סאן פראנציסקא, און סאן דיעגא.
פון די אינטערעסאנטע זאכן אין קאליפארניע, איז דער "גאלדענער טויער בריק" אין סאן פראנציסקא. די סעקוואיע ביימער אין סעקוואיע פארק, זיי דערהויבן זיך צו א הויך פון הונדערט מעטער (דריי הונדערט פוס). צווישן זיי געפינט זיך דער גענעראל שערמאן, א ריזן בוים וואס איהר הויך דערגרייכט פינף און אכציג מעטער, איהר שטאם איז לערך איין און דרייסיג מעטער אין ארומנעם. מען שאצט אז דער בוים איז אלט איבער פיר טויזנט יאר.
די אפיציעלע שטאַט בלום פון קאליפארניע איז דאס קאליפארניער מאנרענדל.
דזשערי בראון איז גאווערנאר.