קאראל-ים
ים אין פאציפישן אקעאן / From Wikipedia, the free encyclopedia
18°S 158°E דער קאראַל־יַם איז א קליינער ים אינעם פאציפישן אקעאן ביים צפון־מזרח בארטן פון אויסטראליע. צו זיין מערב זייט געפינט זיך קווינסלאנד און די אינדזלען וואנואטו און ניי קאלעדאניע צו מזרח. פון דער צפון זייט זענען די סאלאמאן אינזלען און אויף דער דרום זייט איז דער טאסמאן-ים. אין קאראל-ים געפינט זיך דער גרויסער באריער ריף. צווישן די ים באשעפענישן אין ים זענען הייפיש, טונא, באראקודא, וואלפיש און דער זעלטענער נויטילוס.
א סך פון די אינדזלען אין קאראל-ים געהערן צום קאראל-ים אינזלען טעריטאריע פון אויסטראליע.