קבר יוסף
From Wikipedia, the free encyclopedia
קבר יוסף (אראביש: قبر يوسف, טראנסקריפציע: קיבער יוּסף) איז א געביידע אינעם דרום-מזרח עק פון שכם וואס אינמיטן איז א קבורה שטוב.
אין די שריפטן פון רייזנדער שוין פון אוראלטע צייטן איז דער ארט באקאנט ווי דער קבר פון יוסף הצדיק, זון פון יעקב אבינו.
ביי יידן ווערט דער ארט גערעכנט איינער פון די קברי צדיקים.