קידוש
דעם רעליגיעזען איינלייטונג פונעם שבת אדער יום טוב. / From Wikipedia, the free encyclopedia
קידוש איז דער אידישער איינלייטונג פונעם שבת אדער יום טוב, וואס אן דעם קען מען נישט עסן אדער טרונקען.
טראצדעם וואס מ'זאגט א חלק פונעם קידוש, ביים דאווענען, האט מען מתקן געווען עס צו זאגן אין שטוב איידער מ'וואשט זיך צו די סעודה.
קידוש מאכט מען לכתחילה אויף וויין, אדער טרויבן-זאפט. אויב האט מען נישט קיין וויין צו דער האנט, קען מען מאכן דעם קידוש אויף די חלה.