מיזורי טייך
טייך אין די פאראייניגטע שטאטן / From Wikipedia, the free encyclopedia
דער מיזורי טײַך (ענגליש: Missouri River) איז א טייך אין די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע, און איז, מיטן מיסיסיפי טייך צוזאמען, דער פערטער לענגסטער טייך אין דער וועלט. דער מקור פונעם מיזורי איז ביים צוזאמענגאס פון די מעדיסאן און דזשעפערסאן טייכן אין מאנטענע. דער מיזורי פלוסט מזרח און דרום אדורך די פאראייניגטע שטאטן, דורך די שטאטן מאנטענע, צפון דעקאטע, דרום דעקאטע, נעבראסקא, אייאווע, קאנזאס און מיזורי. דער מיזורי טייך פלוסט אין מיסיסיפי טייך אריין צפון פון סט לואיס, מיזורי.
גיכע פאקטן מיזורי, לענג ...
מיזורי | |
---|---|
מיזורי טייך ביי אמאהא, נעבראסקא | |
לענג | 3,767 קילאמעטער |
הייך פונעם טייכס קוואל | 2,750 מעטער |
דרענאזש בעקן | 1,376,180 קוואדראט קילאמעטער |
דורכשניטלעכער אויסגאס
- ארט |
2,490 קובישע מעטער א סעקונדע |
לענדער אין דרענאזש בעקן | פאַראייניקטע שטאַטן |
פארמאכן