ח
From Wikipedia, the free encyclopedia
ח' (חית) איז דער אכטער אות פון אלף בית.
נאך אינפארמאציע ח, אלף בית ...
פארמאכן
אין לשון קודש איז ח' איינער פון די פיר אותיות וואס מ'רעדט אויס פונעם האלדז: א', ה', ח' און ע'. אשכנזישע יידן רעדן אויס דעם ח' היינט ווי א כ', אבער ספרדישע יידן האבן נאך די מסורה ארויסרעדן דעם ח' פונעם האלדז, בפרט תימנישע יידן. דער אות ח' נעמט נישט קיין דגש.
ווען א חית איז דער לעצטער אות פון א ווארט
אין יידיש טרעפט מען דעם ח' מערסטנס אין ווערטער פון לשון קודש, און מען רעדט אים אויס גענוי ווי א כ'.
אין גימטריא ח = 8.