![cover image](https://wikiwandv2-19431.kxcdn.com/_next/image?url=https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/1/1a/North_America_%2528orthographic_projection%2529.svg/langyi-640px-North_America_%2528orthographic_projection%2529.svg.png&w=640&q=50)
צפון אמעריקע
קאנטינענט / From Wikipedia, the free encyclopedia
צפון אמעריקע איז דער צפונדיקער קאנטינענט פון די אמעריקעס,[1] פלאצירט אין דער ערד'ס צפון האלבקוגל און כמעט אינגאנצן אינעם מערב האלבקוגל. איר צפון גרענעץ איז ביים ארקטישן אקעאן, צו מזרח איז דער צפון אטלאנטישער אקעאן, צו דרום־מזרח דער קאראאיבישער ים, און צו מערב דער צפון פאציפישער אקעאן. דרום אמעריקע געפינט זיך צו דרום־מזרח. צפון אמעריקע באדעקט א שטח פון אומגעפֿער 24,709,000 קוואדראט ק"מ, בערך 16.5% פונעם ערד־פלאנעט׳ס שטח און בערך 4.8% פון זיין גאנצן אייבערפלאך. צפון אמעריקע איז דער דריטער גרעסטער קאנטינענט לויט שטח, נאך אזיע און אפריקע,[2] און דער פערטער לויט באפעלקערונג, נאך אזיע, אפריקע און אייראפע.[3] אין 2013, האט מען אפגעשאצט איר באפעלקערונג קרוב צו 579 מיליאן מענטשן אין 23 אומאפהענגיקע לענדער, ד״ה אומגעפער 7.5% פון דער וועלט׳ס באפעלקערונג, אויב מען שליסט איין די נאנטע אינזלען (ספעציעל די קאראאיבן) .
![]() | |
שטח | 24,709,000 ק"מ2 |
באפעלקערונג | 528,720,588 |
לענדער | 23 |
שפראכן | ענגליש, שפאניש, פראנצויזיש און נאך |
צייט זאנעס | UTC-10 ביז UTC |
![צפון אמעריקע](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/e/e9/LocationNorthAmerica.png/640px-LocationNorthAmerica.png)
צפון אמעריקע איז רייך אין נאטירלעכע אוצרות, צווישן זיי נאפט, קויל, אייזן, קופער, צינק, בליי, גאלד, זילבער און אוראניום.
רוב איינוואוינער פון צפון אמעריקע רעדן ענגליש, שפאניש אדער פראנצויזיש.