From Wikipedia, the free encyclopedia
איסלאַנד (איסלענדיש: Ísland, דאס הייסט: אײַזלאנד) איז אן אינזל־לאנד אין אײראָפּע וואָס ליגט אינעם אטלאנטישן אָקעאן. זײַן הויפּטשטאָט איז רעקיאװיק. איסלאנד איז דער צווייטער גרעסטער אינזל אין אייראָפּע, נאָך גרויסבריטאניע. איסלאנד איז דאָס מערסטע אנטוויקלטע לאנד אין דער וועלט.
איסלאנד Ísland | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: Lofsöngur ״דאָס זינגליד״ | |||||
קאָנטינענט | אייראָפּע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | איסלאנדיש / איסלענדיש | ||||
הויפּטשטאָט | רעקיאוויק | ||||
רעגירונג | פּארלאמענטארישע רעפּובליק | ||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
אָלאפור גרימסאָן | ||||
גרינדונג דאַטום |
|||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
103,001 קוואַדראַט ק"מ 107טע 2.7 | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
319,368 172סטע מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $12.805 ביליאן (134סט) | ||||
וואַלוטע | איסלאנדישער קראנא (ISK) | ||||
צײַט זאָנע | |||||
אינטערנעט דאָמען | is. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 354+ | ||||
ביזן 20סטן יאָרהונדערט, האָט די איסלאנדישע באפעלקערונג זיך פארלאָזט אויף פישערײַ און לאנדווירטשאפט. פון 1262 ביז 1918 איז איסלאנד געווען א טייל פון נאָרוועגיע און שפעטער דענמארק.
ביזן 20'סטן יארהונדערט איז איסלאנד געווען פון די ארעמסטע לענדער אין מערב אייראפע. אבער לעצטנס איז די עקאנאמיע שטארק געוואקסן. אין 2007 איז איסלאנד געווען דאס פינפטע גרעסטע פראדוצירנדע לאנד, מיט $40,112 א מענטש. איסלאנד האט ווייניג נאטורלעכע רעסורסן, אחוץ הידראעלעקטרישע און געאטערמאלע קראפט. 40% פון עקספארט קומט פון פישעריי, וואס באשעפטיגט 7% פון דער ארבעטקראפט.[1]
די נאציאנאלע וואלוטע איז דער איסלאנדישער קראנא (ISK).מערסטנטייל פון די איינוואוינער זענען נישט אינטרעסירט אין מיטטיילן אין דעם אייראפעאישער וואלוטע די איירא.[2] אינעם לעצטן יארצענדליקער האט די עקאנאמיע דיווערסיפיצירט אין ווייכווארג פראדוקציע, ביאטעכנאלאגיע און פינאנציעלע באדינונגען.
פערזענלעכע שטייערן זענען 22.75%.[3] און קארפאראטער שטייער איז 18%, פון די נידריגסטע אין דער וועלט.[3]
איסלאנד איז א מיטגליד אין דער אייראפעאישער פרייהאנדל אסאסיאציע.
איסלאנדישע מוזיק האט א שייכות מיט נארדישער מוזיק. טראדיציאנעלע איסלאנדישע מוזיק איז שטארק רעליגיעז. זי האט זיך פארלאזט בעיקר אויף זינגען קלויסטערלידן, ווייל ס'איז געווען א מאנגל פון מוזיק אינסטרומענטן. די איסלאנדישע דזשעז קאפעליע "מעזאפארטע" איז באקאנט איבער דער גארער וועלט. איסלאנד פארמאגט עלעקטראנישע מוזיקער ווי טהאר און גוסגוס.
פוטבאל און אטלעטיק זענען פאפולערע ספארטן.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.