ארטאדאקסישע יידנטום
From Wikipedia, the free encyclopedia
דאס אָרטאָדאָקסישע־ייִדנטום - ביים אשכנזישע פאלק איז דאס די מעהר פרומע חלק פון כלל ישראל - איז א שטרעמונג וואס נעמט אריין אין זיך חסידים, ליטאים, און די מזרחי וואס גלויבן אין ציוניזם.
ארטאדאקסישע אשכנזישע זענען אשכנזישע וואס פירן זיך מיט דער אלטער מסורה פון יידישקייט, אנגעהויבן פון מאדערן־ארטאדאקסישע אשכנזישע ביז חרדישע יידן היטן גאר די תורה שבכתב און תורה שבעל פה. די מאדערן ארטאדאקסישע לעבן אן ערליך לעבן אבער זענען נישט דערווייטערט פון דער ברייטרע וועלט. די חרדים אבער טוען זיך דערווייטערן פון גוים / קאלידזש / פראפעשענס.
אפילו פרייע און טראדיציאנעלע יידן וועלן זיך ענדערש אנקערן צו ארטאדאקסיע ווי אלע זייערע אידישע פירונגען ווי יום כיפור דאווענען אדער בר מצווה'ס, לוויות, חתונות ווערן געטועהן אויף א ארטאדאקסישען וועג.
אין ארץ ישראל און אייראפע זענען רוב רעליגיעזע יידן - ארטאדאקסן. אין אמעריקא זענען רוב רעליגיעזע יידן - קאנסערוואטיווער אדער רעפארמער.