From Wikipedia, the free encyclopedia
די בריטישע מעבר-לים טעריטאריעס זענע 14 טעריטאריעס אונטער די יורידיקציע און סואווערענטעט פונעם פאראייניגטן קעניגרייך.[1][2] זיי זענען די טיילן פון דער בריטישער אימפעריע וואס האבן נישט באקומען זייער אומאפהענגיקייט אדער האבן זיי געוויילט צו בלייבן בריטישע טעריטאריעס. די טעריטאריעס זענען נישט קיין טייל פונעם פאראייניגטן קעניגרייך און, אחוץ גיבראלטאר, זענען זיי נישט קיין טייל פונעם אייראפעאישן פארבאנד. די באזעצטע לענדער האבן מערסטנס אן אייגענע אינעווייניגע רעגירונג, און די פאראנטווארטליכקייט פאר פארטיידיקונג און אויסערן פארהעלטענישן בלייבט מיטן פאראיינגיטן קעניגרייך. זיי טיילן דעם בריטישן מאנארך (עליזאבעט די צווייטע) אלס ראש מלוכה.
בריטישע מעבר-לים טעריטאריעס British Overseas Territories | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: | |||||
קאָנטינענט | |||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | ענגליש | ||||
הויפּטשטאָט | |||||
גרעסטע שטאָט | דזשארדזש טאן, גיבראלטאר, ראד טאן | ||||
רעגירונג | |||||
מאנארך פּרעמיער מיניסטער |
עליזאבעט די צווייטע | ||||
גרינדונג דאַטום |
|||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
1727570 קוואַדראַט ק"מ [[ליסטע פון לענדער לויט שטח|]] | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
250,000 ?? מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | |||||
וואַלוטע | |||||
צײַט זאָנע | |||||
אינטערנעט דאָמען | . | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | + | ||||
דער טערמין "בריטישע מעבר-לים טעריטאריע " איז איינגעפירט געווארן דורכן בריטישן מעבר-לים טעריטאריעס אקט 2002. אחוץ דער בריטישער אנטארקטישער טעריטאריע און דרום דזשארדזשיע און די דרום סענדוויטש אינזלען (וואס האבן נאר באאמטער און פארשונג סטאנציע שטאב) און די בריטישע אינדישער-אקעאן טעריטאריע (געניצט פאר א מיליטערישער באזע), האבן די טעריטאריעס סטאבילע ציווילע באפעלקערונגען.
צוזאמען נעמען איין די טעריטאריעס א באפעלקערונג פון בערך 250,000 מענטשן און א יבשה שטח פון בערך 1,727,570 קוואדראט קילאמעטער.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.