דייטשלאנד
From Wikipedia, the free encyclopedia
דײַטשלאַנד (העברעאיש; גרמניה דײַטש: Deutschland דױטשלאַנד) איז א פעדעראלע רעפובליק אין צענטראל אייראפע. דאס לאנד איז צוזאמענגעשטעלט פון 16 גרויסע שטאַטן וועלכע מאכן עס איינע פון די גרעסטע אינדוסטריאליזירטע לענדער אין דער וועלט. דייטשלאנד האט א רייכע קולטור און קאמפליצירטע היסטאריע ווייל עס איז ערשט געווארן אן אפיציעל לאנד אין 1871. פאר דעם איז עס געווען צעטיילט צו קלענערע שטילע מוניציפאליטיס. דייטשלאנד איז דאס 7טע גרעסטע לאנד אין אייראפע אין שטח. עס האט א סך הכל שטח פון 137,827 סקווער מייל (356,970 קוואדראט קילאמעטער). דאס לאנד פארמאגט באלד 82.5 מיליאן איינוואוינער. בערלין איז דער הויפטשטאט און דער גרעסטער שטאט. באָן, וועלכע איז אמאל געווען דער הויפטשטאט פון מערב דייטשלאנד, האט פארמאגט א טייל פון די רעגירונגס ביוראען, אבער היינט זיינען זיי אריבערגעצויגן געווארן צו בערלין. די פרינציפאלע שפראך איז דייטשיש און די מענטשן זענען קאטוילישע אדער פראטעסטאנט גלויביקע.
דייטשלאַנד | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: (דײַטש: Das Lied der Deutschen) | |||||
קאָנטינענט | אייראפע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | דייטשיש | ||||
הויפּטשטאָט | בערלין | ||||
רעגירונג | דעמאקראטיע | ||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
פראַנק־וואַלטער שטייַנמייַער אָלף שאָלץ | ||||
גרינדונג דאַטום |
1955 מערב | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
357,021 קוואַדראַט ק"מ 63טע 2.416% | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
82,400,996 14טע 230.9 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | טריליאן $2.89 (5ט) | ||||
וואַלוטע | איירא | ||||
צײַט זאָנע | UTC +1 | ||||
אינטערנעט דאָמען | de. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 49+ | ||||
מזרח פאראייניקט 1990 |
דייטשלאנד האט א גרויסע און מאדערנע אינדוסטריאלע עקענאמיע און איז א פירער אין פראדוקציע פון אייזן, שווערע מאשינעריי און מאשינעריי געצייג און אויטאס. דייטשלאנד איז דאס צווייטע גרעסטע קראפטהויז אין דעם אייראפעאישן פאראיין (אי-יו) נאך דעם פאראייניקטן קעניגרייך. וויבאלד דייטשלאנד געפינט זיך אין צענטראל אייראפע איז זי א דורכגאנג פאר יעדער וואס געפינט זיך אין אייראפע. נאָך די פאַרייניקטע שטאַטן, איז דייַטשלאַנד די צווייט מערסט פאָלק־אימיגראציע ציל אין דער וועלט.[1]
דייטשלאנד געהערט צו דער שענגען זאנע (אן גרענעצן) און האט אדאפטירט די איירא (די בשותפותדיקע אייראפעישע וואלוטע) אום 1999.