![cover image](https://wikiwandv2-19431.kxcdn.com/_next/image?url=https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/c/cd/Gay_Couple_Savv_and_Pueppi_02.jpg/640px-Gay_Couple_Savv_and_Pueppi_02.jpg&w=640&q=50)
האמאסעקסואלוטעט
From Wikipedia, the free encyclopedia
האמאסעקסואליטעט איז א געשלעכט-אטראקציע (סעקסואלע צוגעצויגנקייט) צווישן צוויי מענטשן פונעם זעלבן מין. (אינגל צו אינגל אדער מיידל צו מיידל) א מענטש וואס גלוסט צו זיין אייגענעם געשלעכט ווערט גערופן א האמאסעקסואל, אדער ביי א מאנצביל א משכב זכר'ניק און ביי א מויד א לעזביאנקע.
![Thumb image](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/c/cd/Gay_Couple_Savv_and_Pueppi_02.jpg/640px-Gay_Couple_Savv_and_Pueppi_02.jpg)
פארצייטנס האט מען געקלערט אז עס איז א פעלער און א לייבליכע קרענק. אבער היינט האלטן רוב פסיכאלאגן אז עס אינעם נאטור און עס איז נישט א קראנקייט.
עס איז נישט נאר א באגריף ביי מענטשן, עס זענען אויך דא חיות וואס זענען האמאסעקסואל.
![Thumb image](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/f/fa/Pink_triangle.svg/220px-Pink_triangle.svg.png)
די נאציס האבן באצייכנט האמאסעקסואלן מיט א ראזע ווינקל כּדי צו באצייכענען האמאסעקסואלן ביי די קאנצענטראציע לאגער. צוויי באוווסטע ביאגראפישע ביכער וועגן די האמאסעקסואלע איבערלעבונג אין דעם חורבן אייראפע זענען: ״די מענער מיט דעם ראָזע ווינקל״[1] (הײַנץ העגער - 1972) און ״איך, פּיער זעעל, האָמאָסעקסואַלער דעפּאָרטירט״[2] (פּיער זעעל - 1994). היינט צו טאגס נוצט די צייכן ווי איינע פון די האמאסעקסואלע געמיינדעס סימבאלן נאך דעם רעגנבויגן פאן.