![cover image](https://wikiwandv2-19431.kxcdn.com/_next/image?url=https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/6/68/Isroel_Hopsztajn.jpg/640px-Isroel_Hopsztajn.jpg&w=640&q=50)
חסידות
From Wikipedia, the free encyclopedia
חסידות איז אַ שטרעמונג וואָס איז געגרינדעט געוואָרן דורכן בעל שם טוב, באַזירט אויף יסודות אין תורת הקבלה. די יסודות פון חסידות זענען צו דינען דעם באשעפֿער מיט אינערלעכקייט פֿון האַרץ. חסידות האט שטאַרק באַטאָנט לויטערקייט פון האַרץ, אַהבת ישׂראל, און התקשרות און אמונה אין צדיקים. אַן עקסטערן דגוש ווערט געלייגט אויף שבירת המדות, אויסצורײַסן גאווה, כּעס, א.ד.ג. און זיך ברעכן די תּאוות הגשמיות.
![Thumb image](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/6/68/Isroel_Hopsztajn.jpg/320px-Isroel_Hopsztajn.jpg)
חסידים זענען די ייִדן וואָס פֿירן זיך לויט די אויבנדערמאָנטע יסודות פון דרך הבעש"ט.
דער ריכטיקער אָפּטײַטש פֿון דעם וואָרט חסיד איז פֿון מתחסד עם קונו, ד.ה. ער טוט מער ווי מען ברויך צו טאָן כּלפּי די חובות היהודי לבוראו.