טאנזאניע
From Wikipedia, the free encyclopedia
די פאראייניגטע רעפובליק פון טאַנזאַניע (סוואהילי: Jamhuri ya Muungano wa Tanzania) איז א פאלק אין צענטראלער מזרח אפריקע וואס גרענעצט קעניע און אוגאנדע צו צפון, רוואנדע, בורונדי און די דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא צו מערב, און זאמביע, מאלאווי און מאזאמביק צו דרום. די מזרח גרענעצן זענען אויפן אינדישן אקעאן.
פאראייניגטע רעפובליק פון טאַנזאַניע זשאַמהורי יאַ מואונגאַנא וואַ טאַנזאַניע | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: גאט בענשט אפריקע | |||||
קאָנטינענט | אפריקע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | סוואהילי ענגליש[1] | ||||
הויפּטשטאָט | דאדאמא | ||||
רעגירונג | רעפובליק | ||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
זשאַקאַיאַ קיקוועטע מיזענגא פינדאַ | ||||
גרינדונג דאַטום |
צונויפגעגגאסן 26סטן אפריל 1964 | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
945,203 קוואַדראַט ק"מ 31סט 6.2% | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
43,739,000[2] 2008 אפשאץ 32סט 46.3 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $53.790 ביליאן (100ט) | ||||
וואַלוטע | טאנזאנישער שילינג (TZS) | ||||
צײַט זאָנע | מזרח אפריקע צייט UTC +3 | ||||
אינטערנעט דאָמען | tz. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 255+ | ||||
די פאראייניגטע רעפובליק פון טאַנזאַניע האט 26 ראיאנען.[3] דער היינטיגער הויפט פון דער מדינה איז פרעזידענט זשאקאיא מרישא קיקוועטע, דערוויילט אין 2005. זייט 1996, איז דאדאמא די אפיציעלע הויפטשטאט פון טאנזאניע, און דארט געפינען זיך דער פארלאמענט און טייל רעגירונג ביוראען.[4]
פון זעלבשטענדיקייט ביז 1996 איז די בארטן שטאט דאר עס סאלאאם געווען די פאליטישע הויפטשטאט. היינט בלייבט דאר עס סאלאאם די פרינציפעלע קאמערציעלע שטאט פון טאנזאניע, און רוב רעגירונג אינסטיטוציעס זענען נאך דארטן.[3][5] זי איז דער הויפט ים־פארט פארן לאנד און זיינע לאנד איינגעשלאסענע שכנים.