סניאטין

שטאט אין אוקראיניע From Wikipedia, the free encyclopedia

סניאטיןmap

סניאַטין (אוקראיניש: Снятин; לשון קודש: שניאטין; פויליש: Śniatyn; ארמעניש: Սնիատին), אדער סנעטין, איז א שטאט אין מזרח גאליציע, היינט א טייל פון אוקראינע, אויף דעם טייך פרוט, 32 ק״מ מערב פון טשערנאוויץ און 80 ק״מ דרום־מזרח פון סטאניסלאוו.[1] ער איז דער אדמיניסטראציע צענטער פון דעם סניאטינער ראיאן,סטאניסלאווער גובערניע. ביז דער צווייטער וועלט-מלחמה איז דאס שטעטל געווען אין פוילן אויפן גרענעץ, וואו די באנען זענען אריבער אין רומעניע. לויטן צענזוס פון 2001, האט עס א באפעלקערונג פון 10,500 איינוואוינער.

נאך אינפארמאציע סניאַטין Снятин ...
סניאַטין
Снятин
Thumb Thumb
Thumbסניאטינער ראטהויז
מדינה / טעריטאָריע אוקראינע
גרינדונג דאַטע 1158
קאָאָרדינאַטן 48°27′N 25°34′E
שטח 35.29 קוואדראט ק"מ
הייך 227 מעטער

  אין שטאט

10,100  (שטייענדיג 2016)
צײַט זאָנע UTC+2
פארמאכן

היסטאריע

די שטעט ווערט ערשט דערמאנט אין 1158, און האט באקומען מאגדעבורג רעכטן אין 1448. ביי דער ערשטער טיילונג פון פוילן איז סניאטין אריבער צו דער האפסבורגער מאנארכיע.

יידישע היסטאריע

די יידישע קהילה אין סניאטין איז געגרינדעט געווארן נאך פאר דעם 16טן יארהונדערט. אין 1900 האבן געוואוינט אין דער שטאט 4,206 יידן, און אין 1921 3,248 יידן.

רומענישע קראפטן האבן אינוואדירט די שטאט יולי 1941 און, מיט דער הילף פון די ארטיגע אוקראאינער, האבן זיי געפירט א פאגראם קעגן די יידן. די דייטשע ארמיי איז אנגעקומען אין דער שטאט אין סעפטעמבער 1941. במשך די מלחמה יארן האבן זיי אויסגעהרג׳עט און פארטריבן די גאנצע קהילה. נאכן חורבן זענעו געבליבן פון 3300 יידן אין דער שטאט נאר 15 מענטשן.

היינט האט סניאטין נישט קיין יידישע קהילה.


וועבלינקען

רעפערענצן

Wikiwand in your browser!

Seamless Wikipedia browsing. On steroids.

Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.

Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.